װײַסרוסלאַנד פֿאַרמאָגט הײַנט אַ לעבעדיקע אַװאַנגאַרד־קולטור, און אײנע פֿון די צענטראַלע פֿיגורן אירע איז דער קינסטלער און שרײַבער אַרטור קלינאָװ. קלינאָװס קינסטלערישע און ליטעראַרישע פּראָיעקטן באַהאַנדלען אױף אַן איראָנישן אופֿן דעם הײַנטצײַטיקן מצבֿ פֿון דער װײַסרוסישער אינטעליגענץ, װאָס װאַלגערט זיך, נעבעך, ערגעץ אונטערן פּלױט פֿון דער נײַער פֿאַראײניקטער אײראָפּע. דאָס לעבן אונטער דעם „לעצטן אײראָפּעיִשן דיקטאַטאָר” לוקאַשענקאַ איז ניט זײער זיס, אָבער זײַן רעזשים האָט אַ קנאַפּן אינטערעס צו דער מאָדערנער קונסט. װײַסרוסישע קינסטלער, בפֿרט אַזעלכע באַקאַנטע װי קלינאָװ, האָבן אַ מעגלעכקײט צו פֿאָרן פֿון מאָל צו מאָל קײן אײראָפּע, װוּ זײ באַקומען פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון די דאָרטיקע פֿאָנדן און באַטײליקן זיך אין אױסשטעלונגען. אָבער דערנאָך דאַרף מען זיך אומקערן צוריק, אָדער בלײַבן אין אײראָפּע װי האַלב־לעגאַלע מיגראַנטן.
דער העלד פֿון קלינאָװס ראָמאַן „שאַלאָם”, װאָס איז אַרױס אױף װײַסרוסיש מיט אַ פּאָר יאָר צוריק און איז איצט דערשינען אינעם רוסישן נוסח אין מאָסקװע, פֿאַרמאָגט געװיסע אױטאָביאָגראַפֿישע שטריכן. דאָס איז אַ געשיכטע פֿון אַן אַװאַנגאַרדיסטישן קינסטלער אַנדרײ װאָראָבײ, װאָס קערט זיך צוריק אום פֿון דײַטשלאַנד אין זײַן הײמשטאָט מאָהילעװ, צו זײַן בייזער פֿרױ און שװיגער. די שװיגער האָט אים געגעבן געלט צו קױפֿן איר שטיװל, לױט דער לעצטער אײראָפּעיִשער מאָדע, אָבער אַנשטאָט דעם, קױפֿט ער אַן אַלטן דײַטשישן מיליטערישן העלם פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה.
דער דאָזיקער העלם מאַכט פֿון אַנדרײ אַן אַנדער מענטשן. ער באַקומט אַ נײַעם שליחות: צו טראָגן דעם עבֿר צוריק אין זײַן הײמלאַנד און דערמיט ענדערן זײַן צוקונפֿט. אױף װײַסרוסיש איז דאָס װאָרט פֿאַרן העלם ״שאַלאָם״, און אַזױ באַקומט דער טיטל פֿונעם ראָמאַן אַ טאָפּלטן, װײַסרוסיש־ייִדישן באַטײַט. אַנדרײ טראָגט דעם העלם אױף זײַן קאָפּ טאָג און נאַכט איבער אײראָפּע, װי אַ זעלנער פֿון דער קינסטלער־אַרמײ, װאָס איז אױסן צו דעראָבערן די גאַנצע װעלט פֿאַר אירע אידעאַלן. אָבער אין דער װירקלעכקײט, זעט ער אױס װי אַ משוגענער, װעלכער װאַנדערט פֿון אײן אײראָפּעיִשער שטאָט צו דער אַנדערער און בעט נדבֿות.
די צװײ װיכטיקסטע סטאַנציעס אױף זײַן װעג צוריק זײַנען בערלין און װאַרשע, װוּ ער שפּילט אַ סעריע קינסטלערישע פֿאָרשטעלונגען אינעם סטיל פֿון מאָדערנעם „אַקציאָניזם”. אײראָפּע דאַרף ראַטעװען דאָס קלײנע און אָרמענע װײַסרוסישע פֿאָלק פֿון זײַן ביטערער דאָליע, אָבער אין תּוך גענומען, זײַנען די װײַסרוסן אַלײן שולדיק אין זײער גורל. זײ קאָנען פּשוט ניט פֿאַרשטײן, אַז דאָס לעבן קאָן זײַן בעסער װי עס איז, און לעבן װײַטער אין זײערע טיפֿע בלאָטעס. אַנדרײס װעג קײן מיזרח ברענגט אים צוריק קײן מאָהילעװ, װוּ ער פּרוּװט צו מאַכן אַ רעװאָלוציע, אָבער פֿאַרלירט אַלץ און בלײַבט אײנער אַלײן מיט זײַן העלם.
קלינאָװס ראָמאַן געהערט צו דעם קלאַסישן זשאַנער פֿון פּיקאַרעסק, אַן אַװאַנטורישע רײַזע־געשיכטע פֿון אַ שלימזל. זײַן ליטעראַרישע מאָדעל איז דער קלאַסישער מאָדערנער רוסישער ראָמאַן „מאָסקװע־פּעטושקי” פֿון װעניאַמין יעראָפֿיעװ, אַ פֿאַנטאַסמאַגאָרישע געשיכטע פֿון אַ שיכּורן תּושבֿ פֿון אַ שטעטל לעבן מאָסקװע, װעגן זײַנע רײַזעס קײן מאָסקװע און צוריק. קלינאָװ האָט אָנגעשריבן אַ טראַגיקאָמישע מעשׂה װעגן דעם הײַנטיקן װײַסרוסלאַנד, אַ לאַנד אױפֿן ראַנד פֿון אײראָפּע, װאָס װיל זיך ניט אױפֿװעקן פֿון איר סאָװעטישן בײזן חלום.
דער אימאַזש פֿונעם דײַטשישן מיליטערישן העלם האָט אַ טאָפּלטן סימבאָלישן באַטײַט אינעם בוך. דאָס איז אַ בולטער סימן פֿון דער דײַטשישער „אָרדנונג”, װאָס ברענגט מיט זיך דעם פּראָגרעס און פֿאַרשקלאַפֿונג. דער העלם שטאַמט פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה, אָבער דער שאָטן פֿון דער צװײטער מלחמה, װאָס האָט גורם געװען אומצאָליקע לײַדן, איז אױך גאַנץ בולט. עס איז ניט צופֿעליק, װאָס אין אײנעם פֿון זײַנע בײזע חלומות זעט אַנדרײ אַ כאָפּטע חסידים, װאָס לױפֿן נאָך אים פֿון דער אַמאָליקער מינסקער שיל, איצט דעם רוסישן טעאַטער. ער פֿרעגט זיך מיט פּחד: „װאָס, דער רוסישער טעאַטער איז װידער געװאָרן אַ שיל?” אַזױ אַרום װערן די ייִדן פֿאָרגעשטעלט דאָ ניט װי פֿאַרמיטלער צװישן מערבֿ און מיזרח, נאָר װי היטער פֿון דער װײַסרוסישער אײגנאַרטיקײט. אין װײַסרוסלאַנד זײַנען די ייִדן פּונקט אַזױ הײמיש װי די סלאַװן — די דאָזיקע אידעע איז אַ מאָל געװען פּאָפּולער בײַ די ייִדישע ליטעראַטן װי משה קולבאַק, און הײַנט באַקומט זי אַ נײַעם גילגול בײַ די מאָדערנע װײַסרוסישע קינסטלער.
דער שװאַרצער הומאָר פֿון קלינאָװס בוך איז אַ סימן פֿון דער אַנטױשונג פֿון אַ קינסטלער און אַן אינטעליגענט אין דער פֿעיִקײט פֿון קולטור צו ענדערן די װעלט. װי עס דערקלערט דער הױפּט־העלד פֿונעם ראָמאַן, װעט די ליבעראַלע אײראָפּע װײַטער דערמוטיקן די װײַסרוסישע „האָביטס” צו שלאָגן זיך װעגן זײער בײזן „מאָרדאָר”־רעזשים, אָבער קײן האָפֿענונג אױף אַ נצחון איז ניטאָ. אַ מענטש מיט אַ שליחות זעט אויס ווי אַ משוגענער, װאָס אַלע לאַכן פֿון אים. װײַסרוסלאַנד, װאָס ליגט פֿאַרקלעמט צװישן אײראָפּע און רוסלאַנד, האָט ניט קײן אײגענע צוקונפֿט.
קלינאָװס אײגענע קונסטװערק װערן געמאַכט פֿון שטרױ, װאָס ער האַלט פֿאַרן עכט־װײַסרוסישן מאַטעריאַל. ער מאַכט שטרױענע קאָפּיעס פֿון קלאַסישע װערק פֿון דער אײראָפּעיִשער קונסט, אַזעלכע װי די גריכישע סקולפּטורן פֿון װענוס אָדער אַפּאָלאָ. די דאָזיקע קאָפּיעס זעען אױס קאָמיש און ברעכעװדיק, אַזױ װי די אַמביציע פֿון װײַסרוסלאַנד צו פֿאַרנעמען אַן אײגן אָרט אין אײראָפּע. און דאָך איז דאָס אַ לאַנד, װאָס האָט אַ מאָל געגעבן דער װעלט די גרעסטע מאָדערנע קינסטלער, אַזעלכע װי מאַרק שאַגאַל און חיים סוטין; דאָ האָבן מאַלעװיטש און זײַנע תּלמידים געשאַפֿן זײערע סאַמע באַרימטע װערק. קלינאָװ און זײַנע העלדן קענען גוט זײער ירושה, אָבער זײ פֿילן זיך פֿאַרלאָזט און פֿאַרלױרן אין דער פּאָסט־סאָװעטישער תּקופֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.