פֿילאַדעלפֿיע, שטאַט פּענסילוועניע. — דעם צווייטן טאָג פֿון דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון „די צפֿון-אַמעריקאַנער חבֿרא-קדישאס און ייִדישע בית-עולמס‟, האָט דער אַדוואָקאַט עפֿרעם גרייל דערקלערט, אַז די דירעקטאָרן פֿון קבֿורה-אָרגאַניזאַציעס טאָרן נישט „אוזורפּירן דעם כּוח און אָנהאַלטן זייער מאָנאָפּאָל‟, און אַז זייער ראָל באַשטייט בלויז אינעם פּלאַנירן די לוויות. איין קבֿורה-דירעקטאָר האָט זיך געפֿונען צווישן די פֿאַרזאַמלטע; ווען ער האָט דערהערט דעם דאָזיקן „כּפֿירה‟-געדאַנק, איז ער געוואָרן אויפֿגעבראַכט און פֿאַרלאָזט דעם צימער.
צווישן די פֿאַרזאַמלטע אין דער קאָנפֿערענץ — אַרום 100 נפֿשות, על-פּי-רובֿ איבער 60 יאָר אַלט — זענען געווען קאָנסערוואַטיווע און רעפֿאָרמער רבנים און סתּם ייִדן. בעת דער דרײַ־טאָגיקער אונטערנעמונג, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אָנהייב יוני אין אַ היסטאָרישער פֿילאַדעלפֿיער שיל, האָבן די „רעוואָלוציאָנערן‟ באַטראַכט מעגלעכע סטראַטעגיעס, ווי אַזוי אָפּצונעמען דעם מאָנאָפּאָל איבער די לוויות פֿון צענטראַליזירטע קבֿורה-אָרגאַניזאַציעס און אים איבערגעבן די אָרטיקע ייִדישע קהילות. די באַטייליקטע האָבן שאַרף קריטיקירט דאָס, וואָס אין דער הײַנטיקער אַמעריקע זענען די ייִדישע קבֿורה-ריטואַלן פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קאָרפּאָראַטיוו „אינדוסטריעל‟ געשעפֿט.
צווישן די באַטייליקטע זענען געווען אַקטיוויסטקעס פֿון „הדסה‟ און אָנהענגער פֿונעם ראַדיקאַלן אָרגאַניזאַטאָר שאול אַלינסקי. דוד זינער, דער אויספֿיר-דירעקטאָר פֿון דער נישט-קאָמערציעלער גרופּע „כּבֿוד וניחום‟, וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן מיט 13 יאָר צוריק, אין 2000, און אָרגאַניזירט די יערלעכע קאָנפֿערענץ, האָט דערקלערט, אַז די מיצווה פֿון כּיבֿוד-המת געהערט צו אָרטיקע ייִדישע קהילות און נישט קאָרפּאָראַטיווע געשעפֿטן.
זינערס אָרגאַניזאַציע, וואָס באַשטייט פֿון בערך 2,000 מיטגלידער, האַלט, אַז לוויות זענען אַ קאָלעקטיווע קהילה-טעטיקייט, און האָפֿט איבערצונעמען דעם קאָנטראָל פֿון צענטראַליזירטע קבֿורה-געשעפֿטן. „כּבֿוד וניחום‟ שטרעבט אויפֿצולעבן די אַלטע טראַדיציע פֿון חבֿרא-קדישאס, וועלכע איז כּמעט אינגאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן אין ניט-אָרטאָדאָקסישע קרײַזן. אַ טראַדיציאָנעלע חבֿרא-קדישא שטעלט זיך פֿאָר אַ געהיימע געזעלשאַפֿט פֿון אַנאָנימע אָרטיקע קהילה-מיטגלידער, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט די טהרה-ריטואַלן און אַנדערע קבֿורה־צוגרייטונגען.
זינער האָט דערציילט, אַז אַ מיטגליד פֿון אַ חבֿרא-קדישא וועט קיינמאָל נישט פֿאַרגעסן זײַן ערשטן מת. בעת אַ קורצער הפֿסקה צווישן דעם טויט און דער לוויה, רייניקט מען אָפּ דעם טויטן גוף אויף אַ ספּעציעלן אופֿן. די באַטייליקטע אין די ריטואַלן — געוויינטלעך, פֿיר מענער אָדער פֿיר פֿרויען, תּמיד פֿונעם זעלבן געשלעכט, ווי דער מת — זאָגן ספּעציעלע תּפֿילות. דערנאָך טוען זיי אָן דעם מת אין די תּכריכים און לייגט אים אַרײַן אינעם אָרון.
עלענאָר מילער, אַן עלטערע פֿרוי אין אָקלאַהאָמע-סיטי, האָט געדינט אין אַ חבֿרא־קדישא במשך פֿון 30 אָדער 40 יאָר; זי געדענקט נישט אַליין גענוי. אַזעלכע מענטשן, ווי מילער אָדער זינער, מוזן אָפֿט צוגרייטן צו קבֿורה זייערע געוועזענע פֿאַרשטאָרבענע באַקאַנטע. אין די נישט-אָרטאָדאָקסישע קרײַזן איז די דאָזיקע סיסטעם שוין לאַנג בטל געוואָרן; אַנשטאָט אָרטיקע קהילה-וואָלונטירן, פֿאַרנעמען זיך מיט די קבֿורה-ענינים זײַטיקע באַצאָלטע פּראָפֿעסיאָנאַלן.
„כּבֿוד וניחום‟ האָט געשאַפֿן אַן אוניקאַלע ספּעציעלע פּראָגראַם, מיטן נאָמען „גמליאל-אינסטיטוט‟, וואָס העלפֿט צו אָרגאַניזירן נײַע חבֿרא-קדישאס און גרייט צו זייערע צוקונפֿטיקע מיטגלידער. זינער האָט דערקלערט, אַז ער האָט נישט קיין פּערזענלעכע טענות קעגן די קאָרפּאָראַטיווע קבֿורה-אָרגאַניזאַציעס; דאָרטן אַרבעטן אָפֿט אָרנטלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע מענטשן. ער האַלט אָבער, אַז אַזאַ הייליקע עבֿודה זאָל בעסער זײַן אין די הענט פֿון די אָרטיקע קהילות.
די הײַנטיקע קאָנפֿערענץ האָט געגעבן די פֿאַרזאַמלטע מיטגלידער פֿון חבֿרא-קדישא אַ זעלטענע מעגלעכקייט צו דערציילן וועגן זייער פֿאַך. לויטן אָנגענומענעם מינהג, בלײַבן זיי געוויינטלעך אַנאָנים און טאָרן נישט דערציילן די קרובֿים אָדער פֿרײַנד פֿון די ניפֿטר-געוואָרענע, אַז זיי האָבן צוגעגרייט זייער גופֿים צו דער לוויה. אינעם טהרה-צימער טאָרן זיי אויך נישט שמועסן.
מעל גלייזער, אַ רוחניותדיקער מנהיג פֿון אַ קאָנסערוואַטיווער שיל אין קאָלאָראַדאָ-ספּרינגס, שטאַט קאָלאָראַדאָ, האָט באַטאָנט, אַז די הײַנטיקע קאָנפֿערענץ גיט די מיטגלידער פֿון חבֿרא-קדישא אַן אוניקאַלע געלעגנהייט אויסצוגיסן זייער עמאָציעס. אַ טייל באַטייליקטע האָבן דערציילט וועגן שווערע פֿאַלן, ווען זיי האָבן געמוזט מטהר זײַן אַ יונגע פֿרוי, וועלכע האָט זיך גענומען דאָס לעבן, אָדער אַ מאַן, וועלכע איז געשטאָרבן פֿון דער זעלבער מחלה, וואָס האָט פֿריִער שיעור נישט דערהרגעט אַ מיטגליד פֿון דער חבֿרא-קדישא.
ירמיהו שנעל, אַ פּענסיאָנירטער אינזשעניר-עלעקטריקער און אַ מיטגליד פֿון דער חבֿרא-קדישא פֿון ניו-לאָנדאָן, שטאַט קאָנעטיקעט, האָט דערציילט, ווי ער האָט אַמאָל צוגעגרייט צו דער לוויה אַ מאַן, וועלכער האָט געהייסן מנדבֿ צו זײַן כּמעט אַלע אבֿרים נאָכן טויט, אַרײַנגערעכנט די ביינער. זײַן גוף האָט אויסגעזען ווי אַ שוידערלעך בלוט-געמיש; די חבֿרא-קדישא האָט געמוזט זיך געבן אַן עצה, ווי אַזוי דורכצופֿירן די טהרה-ריטואַלן אין אַזאַ פֿאַל. דער 70־יאָריקער שנעל האָט אָבער איבערגעגעבן, אַז דער דירעקטער קאָנטאַקט מיט די טויטע האָט געביטן זײַן וועלט-באַנעם. „מע הייבט אָן צו פֿאַרשטיין, אַז דער טויט איז פּשוט אַ טייל פֿונעם לעבן‟.
בעת דער קאָנפֿערענץ האָבן מיטגלידער פֿון פֿאַרשיידענע חבֿרא-קדישאס דערציילט וועגן זייערע אָרטיקע מינהגים. צום בײַשפּיל, האָבן אַ צאָל פֿרויען דערציילט, אַז בעת דער טהרה רעדן זיי מיט די טויטע און צומאָל אַפֿילו זינגען; ס׳זעט אויס, אַז צווישן די מענערישע גרופּעס איז אַזאַ מינהג נישטאָ.
די פֿאַרזאַמלטע האָבן באַטראַכט אויך אַ צאָל אַנדערע ספּעציפֿישע פֿראַגעס. וואָס טוט מען מיט אַ נישט-ייִדישן מת, וועלכע האָט געהאַט אַ שײַכות צו אַ ייִדישער קהילה? מע האָט פֿאָרגעלייגט אַ וואַריאַנט פֿון די טראַדיציאָנעלע תּפֿילות, וואָס די חבֿרא-קדישא זאָל אין אַזאַ פֿאַל זאָגן, נישט דערמאָנענדיק קיין וואָרט וועגן ייִדישקייט און אַפֿילו גאָט — אויב דער מת איז נישט געווען אַ גלייביקער מענטש.
פּראָפֿעסאָר דזשוי לאַדין, אַ טראַנססעקסועלער ייִדישער אַקטיוויסט, האָט באַטראַכט, ווי אַזוי די חבֿרא-קדישא זאָל באַהאַנדלען מענטשן, וועלכע האָבן געביטן זייער געשלעכט.
די שאַרפֿסטע דעבאַטעס האָבן זיך אָנגעהויבן, ווען אַ פּיצבורגער רבֿ, דניאל וואַסערמאַן, האָט דערציילט, ווי ער האָט געוווּנען אין געריכט דאָס רעכט דורכצופֿירן אייגענע לוויות, אָן אַ דערלויבעניש פֿונעם אָפֿיציעלן קבֿורה-דירעקטאָר. אין קאָנטראַסט מיט די אַנדערע פֿאַרזאַמלטע, איז וואַסערמאַן אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ פֿון מאָנסי, אַ חרדיש שטעטל אינעם שטאַט ניו-יאָרק. צווישן זײַנע טענות קעגן די אָפֿיציעלע קבֿורה-הײַזער איז געווען די פֿאָדערונג, אַז מיט די קבֿורה-ענינים מוזן זיך פֿאַרנעמען בלויז שומרי-שבת. פֿונדעסטוועגן, האָבן די נישט-אָרטאָדאָקסישע פֿאַרזאַמלטע אויך מסכּים געווען מיט זײַן קריטיק פֿון דער אָפֿיציעלער קבֿורה־סיסטעם.
וואַסערמאַן פֿירט כּסדר דורך אייגענע לוויות; בײַ אים קאָסט עס 2,000 דאָלאַר און בײַ די פּיצבורגער קבֿורה-הײַזער — 6,000. זינער האָט אויך באַמערקט, אַז די אומאָפּהענגיקע חבֿרא-קדישאס מוזן נישט אינגאַנצן איבערנעמען די קבֿורה-ענינים פֿון די אָפֿיציעלע צענטראַליזירטע אינסטיטוציעס, אָבער קאָנען העלפֿן אַראָפּצוברענגען די צו-הויכע פּרײַזן פֿון די לוויות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.