אין איר אַנומלטיקן אַרטיקל, האָט די רעדאַקטאָרין פֿונעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, דזשיין אײַזנער, באַמערקט מיט אַ צאָל בײַשפּילן, אַז אַ וואַקסנדיקע צאָל ייִדן זענען פּערזענלעך נישט באַשעפֿטיקט אינעם ייִדישן אָרגאַניזירטן קהילה-לעבן. אײַזנער האָט געפֿרעגט, ווי אַזוי וועלן די דאָזיקע דעמאָגראַפֿישע ענדערונגען בײַטן די צוקונפֿט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, און אויסגעדריקט אַ מיינונג, אַז כּדי אַרײַנצוברענגען מער ייִדן, דאַרפֿן די קהילה-אָרגאַניזאַציעס זיך מער אַקטיוו פֿאַרנעמען מיט קירובֿ-פּראָגראַמען. זי האָט צוגעגעבן, אַז אַ סך נישט-אָרטאָדאָקסישע ייִדן זענען נישט צוגעוווינט צו פּרוּוון איבערצײַגן אַנדערע ייִדן זיך צו באַציִען מער ערנסט צו דער ייִדישער אמונה און קולטור.
איך בין מסכּים, אַז אַזאַ צוגאַנג צום קירובֿ איז אָפֿט טאַקע זייער אַ שווערער און אומבאַקוועמער. איך האַלט אָבער, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס מיר זענען אַליין נישט גענוג געבילדעט — דערפֿאַר זענען מיר נישט גרייט צו פֿאַרנעמען זיך מיט אַנדערע ייִדן. צומאָל דאַכט זיך אונדז, אַז מיר טאָרן נישט דערציילן אונדזערע חבֿרים און קרובֿים וועגן אַזעלכע זאַכן, וואָס מיר אַליין פֿאַרשטייען נישט גענוג קלאָר.
כּדי צו פֿאַרשפּרייטן אַזעלכע אוניווערסאַלע ייִדישע ווערטן, ווי אָפֿנקייט און ליבשאַפֿט צו דער משפּחה, מוזן מיר זיך קודם אַליין באַקענען מיט די אָריגינעלע טעקסטן און טראַדיציעס. דער ראַבינער האַראָלד שולווײַס האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז כּדי צו פֿאַרנעמען זיך מיט קירובֿ, מוזן מיר קודם מקרבֿ זײַן זיך אַליין.
אין מײַן אייגן לעבן, ווען איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען די ייִדישע טראַדיציע, האָב איך אָנגעהויבן צו פֿרעגן פֿאַרשיידענע קשיות. דעמאָלט האָב איך זיך גענומען צו די תּורה-טעקסטן, אָנהייבנדיק פֿונעם סאַמע ערשטן וואָרט אינעם חומש „בראשית‟. מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָב איך אָנגעהויבן פֿירן דעם פּסח-סדר פֿאַר מײַן משפּחה; נישט אַלעמאָל האָב איך אַליין געוווּסט דעם באַדײַט פֿון פֿאַרשיידענע פּסחדיקע מינהגים. מיט דער צײַט, האָב איך ממשיך געווען צו לערנען און אין אַ געוויסן מאָמענט דערפֿילט, אַז איך קאָן דערציילן אַנדערע מענטשן וועגן דעם דאָזיקן יום־טובֿ.
דער שליסל צום קירובֿ איז אַזאַ מין זעלבסט-בילדונג. ווען מיר לערנען זיך אַליין מער ייִדישע ענינים און זוכן ענטפֿערס אויף אונדזערע אייגענע קשיות, קאָנען מיר שאַפֿן אַזאַ פֿאָרעם פֿון ייִדישקייט, וואָס קאָן זײַן רעלעוואַנט צו אונדזער צײַט און פֿאַרשטענדלעך פֿאַרן הײַנטיקן דור. בלויז דורך אַן ערנסטער בילדונג און זעלבסט-אַנאַליז קאָנען מיר שאַפֿן פֿאַר זיך עפּעס, וואָס האָט אַ טיפֿערן פּערזענלעכן באַדײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.