איך שרײַב די דאָזיקע שורות אין עטלעכע שעה אַרום נאָך אונדזער — מײַן און מײַן ווײַבס — אומקערן זיך פֿון קאָרסיקע. למאַי קאָרסיקע? אונדזערע פֿרײַנד זײַנען דאָרטן געווען און זיי אַלע האָבן געטענהט, אַז דאָס איז עפּעס אַזוינס און אַזעלכס. האָבן מיר שוין עטלעכע מאָל געטראַכט זיך אַרײַנכאַפּן אַהין, אָבער יעדעס מאָל פֿלעגט אונדז אָפּשטעלן די שוועריקייט זיך אַהין צו דערקלײַבן. „שוועריקייט‟ — איז אפֿשר ניט דאָס ריכטיקע וואָרט. בעסער — אומבאַקוועמקייט. פֿון לאָנדאָן האָט מען געמוזט פֿריִער פֿליִען אין אַן אַנדער שטאָט אין פֿראַנקרײַך צי אַן אַנדער לאַנד, און שוין פֿון דאָרטן ווײַטער פֿליִען קיין קאָרסיקע. אָבער אַז מע לעבט, דערלעבט מען: דעם זומער האָט זיך, סוף-כּל-סוף, באַוויזן אַ מעגלעכקייט זיך אַוועקצוזעצן אין אַן אַעראָפּלאַן אין לאָנדאָן און אין אַ פּאָר שעה אַרום אַרויסגיין גלײַך אויף דער קאָרסיקאַנער ערד.
האָבן מיר עס טאַקע אַזוי געטאָן. און איצט בין איך צוריק געקומען קיין האַרבסט-קאַלטן ענגלאַנד, נאָך פֿאַרברענגען אַ וואָך אויפֿן זומער-וואַרעמען אינדזל, וואָס איז בײַ אַ סך מענטשן פֿאַרבונדן מיט נאַפּאָלעאָנען, ווי אויך מיט כּלערליי גזלנים, פּיראַטן וכ’. מײַן שוועסטער האָט מיך פֿון חדרה גלײַך געפֿרעגט: „זעען זיי טאַקע אויס ווי גזלנים? אַזוי ווי איך האָב וועגן זיי געלייענט אין די ביכער?‟ מײַן אײַנדרוק איז לחלוטין אַן אַנדערער, דהײַנו: איך האָב ניט באַמערקט קיין סימנים פֿון דעם סטערעאָטיפּ. פֿאַרקערט, דער אינדזל איז באַפֿעלקערט דורך אויסערגעוויינטלעך פֿרײַנדלעכע, צוגעלאָזטע לײַט. אמת, דאָס איז, אַ פּנים, אַ בילד אויף דער טוריסטישער אייבערפֿלאַך, ווײַל די פּרעסע שרײַבט אָפֿט וועגן דער קאָרסיקאַנער מאַפֿיע, וועלכע הערט ניט אויף צו שפּילן אַ ראָליע, דווקא אַ בלוטיקע, אין דער הײַנטיקער קרימינעלער וועלט.
פּאַראַדאָקסאַל, די באַרימטע מאַפֿיאָזישע omerta, דער „געזעץ פֿון שווײַגן‟, האָט בעתן חורבן געהאָלפֿן צו ראַטעווען די ייִדן, סײַ די היגע און סײַ די אָנגעפֿאָרענע. קאָרסיקע איז געווען די איינציקע געגנט אין פֿראַנקרײַך, וואָס האָט ניט דעפּאָרטירט אירע ייִדן. מע האָט זיי באַהאַלטן, און אין דעם האָבן זיך באַטייליקט ניט נאָר „סתּם מענטשן‟, נאָר אויך די היגע אַדמיניסטראַציע. לעצטנס האָט אַ היסטאָריקער געפֿונען, אַז איין ייִדן — אַ דײַטשישן און (אַ פּנים) אַ קאָמוניסט — האָט מען פֿון דעסטוועגן יאָ אַרויסגעגעבן. זײַן נאָמען איז געווען איגנאַץ שרעטער. אָבער די איבעריקע ייִדן האָבן בשלום איבערגעלעבט די מלחמה. דאָס איז אַ ווייניק באַקאַנטער עפּיזאָד אין דער חורבן-געשיכטע.
נאָך איין „ייִדישע טעמע‟ איז פֿאַרבונדן מיט קאָרסיקע. די רייד גייט וועגן קאָלומבוסן. מיר געדענקען דאָך, אַז לויט אייניקע היסטאָריקער, איז ער געווען אַ ספֿרדישער ייִד. אָבער ווען איר קומט אין דער קאָרסיקאַנער שטאָט קאַלווי, זעט אויס די גאַנצע מעשׂה אין גאַנצן אַנדערש. דאָרטן ווײַזט מען אויף עפּעס אַ חורבֿה און מע זאָגט, אַז דאָס איז אַ מאָל געווען די שטוב, גאָר ניט קיין ייִדישע, פֿון קאָלומבוסן.
קיין סך בין איך אין קאָרסיקע ניט אַרומגעפֿאָרן. די וועגן זײַנען דאָרטן שמאָלע און געדריידלטע, אַזוי אַז עס געדויערט גאַנץ לאַנג, ווען מע דאַרף זיך דערקלײַבן פֿון פּונקט „א‟ קיין פּונקט „ב‟. אָבער די ייִשובֿים, וועלכע מיר איז אויסגעקומען צו זען, האָבן קיין גרויסן רושם אויף מיר ניט געמאַכט. זיי זײַנען געמיטלעך, סימפּאַטיש, ציכטיק, אָבער פֿאַרשפּילן זייער שטאַרק, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַלטע שטעט אין איטאַליע גופֿא (און קאָרסיקע איז דאָך היסטאָריש געווען מער פֿאַרבונדן מיט איטאַליע, איידער מיט פֿראַנקרײַך) אָדער אין קראָאַטיע, צי אַפֿילו מאָנטענעגראָ.
קיין קאָרסיקע דאַרף מען פֿאָרן צוליב דער נאַטור. אין דעם זין איז עס באמת אַ שטיקל גן-עדן. דער גרעסטער טייל פֿון דעם אינדזל איז ניט באַפֿעלקערט, און די אמתע טוריסטן, ניט אַזעלכע פֿוילע ווי איך בין, לאָזן זיך אין וועג אַרײַן יעדן אין דער פֿרי. פֿון אויבן, פֿון די בערג (זיי קומען אַהין צו פֿוס, בעת איך פֿאָר געוויינלעך מיט אַן אויטאָ), עפֿענען זיך אוניקאַל שיינע פּאַנאָראַמעס. צוליב זיי, די דאָזיקע פּאַנאָראַמעס, איז כּדאַי אַהין צו פֿאָרן.
* * *
מײַן ווײַב שפּילט לאָטעריי. זי און צוויי חבֿרטעס אירע קויפֿן צוזאַמען יעדע וואָך בילעטן, און אַלץ, וואָס זיי געווינען, צעטיילן זיי צווישן זיך. געדויערט עס שוין אַ פּאָר יאָר, און געוווּנען האָבן זיי ווייניקער פֿון 20 פֿונט. די בילעטן קויפֿט מײַן ווײַב דורך אינטערנעץ — אַזוי איז עס באַקוועם צו טאָן.
דערצייל איך עס אַלץ, ווײַל אין דער מיט פֿון דער וואָך, וואָס מיר האָבן פֿאַרבראַכט אין קאָרסיקע, איז אָנגעקומען אַ בליצבריוו מיט אַ בשׂורה-טובֿה, אַז זייער בילעט האָט געוווּנען, אָבער די סומע פֿונעם געווינס האָט מען ניט אָנגעוויזן, ווײַל די לאָטעריי-סיסטעם האָט דערשמעקט, אַז אונדזער „אײַ-פּעד‟ האָט זיך געפֿונען מחוץ גרויס-בריטאַניע.
אין משך פֿון פֿיר טעג האָבן מיר פּלאַנירט, וואָס צו טאָן מיט די משוגענע געלטער, וואָס וואַרטן אויף מײַן ווײַב און אירע חבֿרטעס אין די גרענעצן פֿון גרויס-בריטאַניע. איצט, די לעצטע עטלעכע שעה, ווייסן מיר שוין, אַז קיין גרויסע שוועריקייטן מיטן צעטיילן דאָס געווינס וועלן ניט זײַן, מחמת די סומע איז אַ באַשיידענע — 2 פֿונט און 50 פּענס. וועלן זיי צוגעבן נאָך 50 פּענס און דאָס וועט זײַן גענוג אויף צו קויפֿן אַ נײַעם בילעט, פֿאַר דער קומענדיקער וואָך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.