מאָנטרעאָל, קאַנאַדע. — דער מעיאָר פֿון מאָנטעראָל, קאַנאַדע, מיכאל עפּלבאַום, און אַ געוועזענער מיטגליד פֿונעם שטאָטישן ראַט, סאָלי זײַדעל, זענען אַרעסטירט געוואָרן בעת אַ פּאָליציי-אָפּעראַציע קעגן קאָרופּציע. עפּלבאַום איז אויסגעקליבן געוואָרן אויף זײַן פּאָסטן אין נאָוועמבער און איז באַקאַנט געוואָרן ווי דער ערשטער ייִדישער מעיאָר פֿון דער שטאָט. מאָנטיק, דעם 17טן יוני, איז ער אַרעסטירט געוואָרן דורך די אַגענטן פֿונעם ספּעציעלן פּאָליציי-אָפּטייל, וואָס קעמפֿט קעגן קאָרופּציע. דער מעיאָר איז באַשולדיקט געוואָרן אין פֿערצן פֿאַרברעכנס, אַרײַנגערעכנט שווינדל און פֿאָלגן געהיימע אינסטרוקציעס פֿון קרימינעלע עלעמענטן.
זײַדעל האָט געדינט ווי אַ מאָנטרעאָלער שטאָטס-קאַנצלער פֿון 1986 ביז 2009. ער איז אויך געווען דער דירעקטאָר פֿון „ייִדישער פֿונדאַציע פֿאַר שפּיטאָל-רעהאַביליטאַציע‟ במשך פֿון פֿיר יאָר. בעת די לעצטע פֿעדעראַלע וואַלן, האָט זײַדעל פֿאָרגעלייגט זײַן קאַנדידאַטור, האָפֿנדיק צו ווערן אַ דעפּוטאַט פֿון דער קאָנסערוואַטיווער פּאַרטיי. ער האָט אָבער פֿאַרשפּילט דאָס אָרט אַן אַנדער ייִד — אירווין קאָטלער, אַ געזעצגעבער פֿון דער ליבעראַלער פּאַרטיי און אַן אַקטיוויסט פֿון מענטשנרעכט.
זײַדעל איז באַשולדיקט געוואָרן אין פֿינף פֿאַרברעכנס. דער הײַנטיקער אַרעסט איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ לאַנגער אויספֿאָרשונג; אין די לעצטע יאָרן האָט די קאַנאַדישע פּאָליציי געפּרוּווט אָפּצושטעלן געוויסע קאָרופּציע-מעשׂים אין מאָנטרעאָל און אין דער אַרומיקער געגנט.
בעת דער אָבלאַווע איז אויך אַרעסטירט געוואָרן אַ דריטער מענטש — זשאַן איוו בריסאָן, וועלכער ווערט באַשולדיקט אין פֿיר קאָרופּציע-פֿאַרברעכנס.
עפּלבאַום איז אויסגעקליבן געוואָרן ווי אַ צײַטווײַליקער מעיאָר, אויף אַ פּעריאָד פֿון איין יאָר — נאָך דעם, ווי דער געוועזענער מעיאָר, זשעראַר טרעמבלע, האָט רעזיגנירט אין שײַכות מיט אַ קאָרופּציע-סקאַנדאַל, וועלכער האָט געהאַט צו טאָן מיט מאַפֿיע-פֿאַרבינדונגען און דעם באַנוץ פֿון זײַן פּאָליטישער פּאָזיציע פֿאַר פּערזענלעכע צוועקן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.