טשעסטערפֿילד, שטאַט קאָנעטיקעט. — סטיואַרט מילער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִש און ייִדישע שטודיעס בײַם קאָנעטיקעט-אוניווערסיטעט, האָט נישט געטראַכט, אַז ער וועט געפֿינען אַן אַלטע מיקווה אויפֿן שטח פֿון אַ געוועזענער ייִדישער פֿאַרם. אין זײַן אינטערוויו, האָט ער דערציילט דער צײַטונג „האָרץ‟, אַז ער איז געווען „ממש שאָקירט‟, ווען ער האָט עס דערזען.
אינעם יאָר 1890, ווי עס דערציילט „האָרץ‟, האָט אַ גרופּע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד געגרינדעט אַ לאַנדווירטשאַפֿטלעכן ייִשובֿ אין טשעסטערפֿילד, אינעם דרום-מיזרחדיקן טייל פֿונעם שטאַט קאָנעטיקעט. אין יענער צײַט, האָבן די אַמעריקאַנער רבנים כּסדר געטענהט, אַז כּמעט קיינער פֿאָלגט נישט מער אין אַמעריקע די הלכות פֿון טהרת-המשפּחה. אַדרבה, די רוסיש-ייִדישע פֿאַרמער זענען דעמאָלט געווען, געוויינטלעך, וועלטלעך און סאָציאַליסטיש געשטימט — ממילא, וואָלטן זיי זיך נישט מטריח געווען אויפֿצושטעלן אַ מיקווה. עס באַקומט זיך אָבער, אַז דער לעבנס-שטייגער פֿון די טשעסטערפֿילדער ייִדן שטימט נישט מיט אַזאַ סטערעאָטיפּ.
אין באָלטימאָר, וווּ צווישן די אָרטיקע ייִדן זענען תּמיד געווען פֿרומע, איז אָפּגעהיט געוואָרן אַ מיקווה פֿון די 1840ער יאָרן. מע האָט אויך אַנטדעקט אַ 100־יאָריקע מיקווה אינעם נידער-מיזרחדיקן ראַיאָן פֿון מאַנהעטן. ביז הײַנט האָט מען אָבער קיינמאָל נישט געפֿונען אַזאַ מיקווה אין אַ דאָרפֿישער געגנט, ווײַט פֿון די גרויסע שטעט.
טשעסטערפֿילד איז אַ דאָרף בײַם שטעטל מאָנטוויל, וואָס געפֿינט זיך צוויי שעה צו פֿאָרן פֿון ניו-יאָרק. מילער איז אַ באַקאַנטער מומחה אין היסטאָרישע מיקוואָות; ער האָט זיך באַטייליקט אין די מיקווה-אויסגראָבונגען אין ציפּורי, אַן אוראַלטע היסטאָרישע געגנט אין צענטראַל־גליל, און קלײַבט זיך איצט צו פּובליקירן אַ בוך וועגן די געפֿינסן.
מיט אַ יאָר צוריק, האָט דער פֿאָרשער באַזוכט דאָס געוועזענע ייִדישע פֿאַרמער-דערפֿל נישט ווײַט פֿונעם אָרט, וווּ ער אַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר. ווען ער האָט באַמערקט אַ צעמענט-קאָנסטרוקציע, וואָס שטעקט אַרויס נאָך אַלץ גענוג קלאָר פֿונעם באָדן, האָט ער גלײַך פֿאַרשטאַנען, וואָס דאָס איז. צוזאַמען מיט זײַן קאָלעגע ניקאָלאַס בעלאַנטאָני, אַן אַרכעאָלאָג פֿונעם קאָנעטיקעט-אוניווערסיטעט, האָבן זיי געזאַמלט אַ גרופּע סטודענטן, וועלכע האָט געהאָלפֿן אויסצוגראָבן די היסטאָרישע מיקווה.
אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע מיקוואָות, איז די טשעסטערפֿילדער מיקווה געווען באַצירט מיט האָלץ, און נישט מיט קאַכל אָדער שטיינער. שפּעטער האָבן זיי אויסגעפֿונען, אַז ווען די ייִדן האָבן שוין אָפּגעלעבט 20 יאָר אינעם דאָרף, האָבן די אָרטיקע פֿרויען, סוף-כּל־סוף, געזאַמלט געלט צו מאַכן פֿאַר זיך אַ מיקווה אונטערן הויז פֿונעם אָרטיקן שוחט. די מעשׂה איז פּובליקירט געוואָרן אין דער לאָנדאָנער צײַטונג „דיי‟, אינעם יאָר 1910.
דער ייִדישער ייִשובֿ אין טשעסטערפֿילד איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן וויסקי-הענדלער הירש קאַפּלאַן, וועלכער איז געקומען קיין אַמעריקע פֿון רוסלאַנד, אָפּגעלעבט בלויז דרײַ יאָר אינעם נײַעם לאַנד, און פֿאָרגעלייגט אַ צאָל אַנדערע ייִדן פֿונעם ברוקלינער קוואַרטאַל וויליאַמסבורג — נאָך אַלץ אַ באַרימטע ייִדישע געגנט, וווּ עס וווינען הײַנט טויזנטער חסידים — צו באַזעצן זיך אין אַ קליין דערפֿל, האָפֿנדיק צו לייזן די שווערע עקאָנאָמישע פּראָבלעמען פֿונעם גרויסשטאָטישן לעבן.
אינעם יאָר 1892 האָבן אין טשעסטערפֿילד געוווינט 28 ייִדישע משפּחות. דער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער פֿאָנד פֿונעם באַראָן מאריס דע הירש האָט זיי אַנטליגן 1,500 דאָלאַר אויף אַ קליינער הילצערנער שיל און נאָך 3,200 דאָלאַר, כּדי צו קויפֿן אַ שטח ערד, צו עפֿענען דאָרטן אַ קאָאָפּעראַטיוו פֿון מילכיקע פּראָדוקטן.
אין אירע בעסטע צײַטן, האָט די ייִדישע קהילה אין טשעסטערפֿילד באַטראָפֿן 50 משפּחות — בסך-הכּל, אַרום 500 מענטשן. אין די דרײַסיקער יאָרן, ווען אַ נײַע כוואַליע ייִדישע אימיגראַנטן איז אָנגעקומען פֿון אייראָפּע, אַנטלויפֿנדיק פֿונעם נאַצי-רעזשים, האָבן די ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע ייִשובֿים אין צפֿון־אַמעריקע פֿאַרלוירן זייער פּאָפּולאַריטעט. די קינדער פֿון די דאָרפֿישע ייִדן האָבן זיך איבערגעפּעקלט אין די גרויסע שטאָטישע צענטערס. אין די 1950ער יאָרן האָבן אַ קליינע צאָל מתפּללים נאָך געדאַוונט ימים-נוראָים אין דער טשעסטערפֿילדער שיל; שפּעטער, אָבער, איז די קהילה בטל געוואָרן און אין די 1970ער יאָרן זענען אַלע געוועזענע ייִדישע הײַזער צעשטערט געוואָרן בעת אַ שׂריפֿה.
אינעם יאָר 2015, פּלאַנירן די אייניקלעך פֿון די טשעסטערפֿילדער ייִדן צו פֿאַרזאַמלען זיך אינעם געוועזענעם ייִשובֿ, כּדי אָפּצומערקן דעם 125סטן יאָרטאָג פֿון זײַן גרינדונג. מילער האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן געפֿינס האָט אַרויסגערופֿן צווישן די היסטאָריקער אַ גרויסן אינטערעס צו דעם אַמאָליקן דערפֿל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.