דער 21־יאָריקער סערגיי דיאַגילעוו, אַ רוסישער יונגערמאַן, האָט דערציילט דעם שרײַבער לעוו טאָלסטוי אין אַ בריוו, אינעם יאָר 1893, אַז ער האָט פֿאַרלאָזט די רעליגיעזע טראַדיציעס פֿון זײַן משפּחה און באַשלאָסן „אָנצוהייבן זײַן אייגן לעבן‟. דיאַגילעוו, דערצויגן ווי אַ פּראַוואָסלאַוונער קריסט, איז באַרימט ווי דער גרינדער פֿון דער רוסישער באַלעט-טרופּע „Ballets Russes‟.
אין דער נאַציאָנאַלער קונסט-גאַלעריע אין וואַשינגטאָן האָט זיך געעפֿנט אַ גרויסע אויסשטעלונג, וווּ עס ווערן געוויזן פֿאַרשיידענע ווערק, פֿאַרבונדן מיט דיאַגילעווס באַלעט. אינעם יאָר 2009, האָבן די רוסישע כאָרעאָגראַפֿן און טענצער געשאַפֿן זייער טרופּע אין פּאַריז, וווּ זיי האָבן געקאָנט אויסדריקן זייערע געדאַנקען אויף די ביבלישע טעמעס גרינגער, ווי אין רוסלאַנד. סיענג שײַען, אַ לעקטאָר פֿונעם לײַדענער אוניווערסיטעט, דײַטשלאַנד און דער מחבר פֿונעם בוך „דיאַגילעוו: אַ לעבן‟, האָט דערציילט, אַז אויף דער וועלטלעכער רוסישער סצענע האָט מען פֿאַקטיש נישט געטאָרט ווײַזן רעליגיעזע מאָטיוון. דערפֿאַר האָט דיאַגילעווס באַלעט, אַרבעטנדיק אין מערבֿ-אייראָפּע, זיך דווקא פֿאָקוסירט אויף אַזעלכע „פֿאַרבאָטענע‟ סוזשעטן, ווי די מעשׂה פֿון יוסף־הצדיק און קריסטלעכע געשיכטעס וועגן יעזוסן און שולמית, די לעגענדאַרע טאָכטער פֿונעם בייזן קיניג הורדוס.
נאָך דער רעוואָלוציע, האָבן פֿרויען און פֿאָרשטייער פֿון עטנישע מינאָריטעטן, אַרײַנגערעכנט די ייִדן, באַקומען די מעגלעכקייט זיך צו באַטייליקן אַקטיוו אינעם רוסישן קולטורעלן לעבן. פֿונדעסטוועגן, איז די רעליגיעזע טעמאַטיק געבליבן נאָך אַלץ פֿאַקטיש פֿאַרווערט, ווי שײַען דערקלערט אין זײַן הקדמה צום קאַטאַלאָג פֿאַר דער אויסשטעלונג פֿון רעוואָלוציאָנער-געשטימטע בילדער, וועלכער איז איצט אָפֿן אין מאַאַסטריכט, האָלאַנד. אין פֿאַרגלײַך מיט די פּראָטעסטאַנטן, האָבן די פּראַוואָסלאַוונע זעלטן געלייענט די ביבל; אַדרבה, דווקא לעוו טאָלסטוי, וועלכער האָט געשאַפֿן אַן אייגענע „הערעטישע‟ ווערסיע פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע, האָט פּאָפּולאַריזירט די ביבלישע טעמעס.
צווישן די שאַפֿער פֿון דיאַגילעווס טעאַטראַלישע דעקאָראַציעס און קאָסטיומען איז געווען דער קינסטלער לעאָן באַקסט, געבוירן מיטן נאָמען לייב ראָזענבערג. כּדי צו דערגרייכן אַ בעסערן דערפֿאָלג אין רוסלאַנד, האָט דער קינסטלער באַשלאָסן אויסצובאַהאַלטן זײַן ייִדישן אָפּשטאַם און אויסגעקליבן אַ מער „אייראָפּעיִש-קלאַנגיקן‟ נאָמען.
באַקסט האָט משפּיע געווען אויף דער מאָלערײַ פֿונעם גרויסן ייִדישן קינסטלער מאַרק שאַגאַל. שאַגאַל האָט זיך געלערנט בײַ באַקסטן אינעם פּעריאָד פֿון 1908 ביז 1910. אַ ריי באַקסטס ווערק ווערן געוויזן אין דער הײַנטיקער אויסשטעלונג אין וואַשינגטאָן, וועלכע וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 2טן סעפּטעמבער. ס׳איז אָבער נישט קלאָר, צי ער האָט באַאײַנפֿלוסט שאַגאַלס אינטערעס צו ביבלישע טעמעס. באַקסט אַליין ווענדט זיך זעלטן צו רעליגיע אין זײַנע שאַפֿונגען.
שײַען האָט געזאָגט, אַז דיאַגילעווס באַציִונג צו רעליגיע איז אויך געווען קאָמפּליצירט. זײַן מאַמע האָט אים געבעטן חתונה צו האָבן און צו געבוירן איר אייניקלעך. דער באַלעט-מײַסטער איז געווען אַ האָמאָסעקסואַל און איז נישט געווען פֿאַראינטערעסירט אינעם טראַדיציאָנעלן משפּחה-לעבן מיט אַ פֿרוי. ער האָט געפּרוּווט אויסצובאַהאַלטן זײַן סעקסועלע אָריענטאַציע, מעגלעך, נישט צוליב רעליגיעזע סתּירות, נאָר צוליב זײַן מאַמעס בקשה.
דעריבער, נישט געקוקט אויף באַקסטס און דיאַגילעווס השפּעה אויף שאַגאַלן, האָט שאַגאַלס בפֿירושער אינטערעס צו גײַסטיקע סוזשעטן, מסתּמא, געשטאַמט פֿון אַנדערע קוואַלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.