איר וועט מסתּמא מיינען, אַז איך גיי טענהן וועגן דער דעמאָגראַפֿישער סיטואַציע בײַ די ייִדן, אַז איך וועל אַרײַנזאָגן די יונגע משפּחות, וועלכע ווילן ניט האָבן, ווילן ניט כאָווען און דערציִען קינדער; און אויפֿן אָרט פֿון אויספֿילן די מיצווה „פּריה־ורבֿיה‟ — צו האָבן קינדער, פֿאַרפֿירן הינט. דווקא ניין!
אין דער גמרא, אונטערן קעפּל „האַלט ניט קיין הונט אין הויז‟, לייענען מיר אַזאַ מעשׂה:
„דער וואָס האַלט אַ הונט פֿאַרטרײַבט גוטסקייט פֿון זײַן הויז… אַ מאָל איז אַ פֿרוי אַרײַנגעקומען צו אַ בעקער אויסצובאַקן אַ ברויט. האָט אַ הונט אויף איר גענומען בילן. פֿאַר שרעק האָט די פֿרוי מפּיל געווען. זאָגט צו איר די פֿרוי פֿונעם בעקער: ׳שרעקט זיך ניט פֿאַרן הונט, מע האָט בײַ אים אַרויסגענומען זײַנע פֿאָדערשטע ציין און ער קאָן ניט בײַסן, מע האָט בײַ אים אָפּגעשניטן זײַנע נעגל און ער קען ניט רײַסן׳. האָט די דערשראָקענע פֿרוי געענטפֿערט: ׳נעם דײַן גוטסקייט און וואַרף עס אויף די פּוסטע דערנער. איך האָב שוין מײַן קינד פֿאַרלוירן׳‟.
הייסט עס, לויט דער גמרא, דאַרף מען ניט האַלט אַ הונט אין הויז, ווײַל אַ שוואַנגעריקע פֿרוי קאָן, חלילה, זיך איבערשרעקן און פֿאַרלירן דאָס קינד. געוויינטלעך, האַלטן זיך די פֿרומע ייִדן, בײַ דעם דאָזיקן כּלל פֿון דער גמרא.
י. י. זינגער האָט אַ דערציילונג „אַ הונט‟. אָט וואָס ער שרײַבט:
„…איך האָב מקנא געווען די גויים, דער עיקר, די שקצים פֿון מײַן עלטער. זיי האָבן געהאַט הינט, און מיר, ייִדישע ייִנגלעך — ניט… פֿון קינדווײַז אָן האָט מען אין מיר, ווי אין אַלע אַנדערע ייִדישע ייִנגלעך, אײַנגעוואָרצלט די מורא פֿאַר אַ הונט…‟ ווען איין מאָל איז אים נאָכגעגאַנגען אַ הונט האָט ער, דער יונגער זינגער, באַשיצט זיך מיט אַ פּסוק: „לא יחרץ כּלבֿ לשונו…‟ — ווײַטער שרײַבט דער מחבר, אַז ער האָט געבראַכט דעם הונט צו זיך אַַהיים און עטלעכע שעה זיך געשפּילט מיט אים ביז דער טאַטע זײַנער, אַ רבֿ, האָט עס ניט דערזען. זאָגט צו אים דער טאַטע: „אַזוי פֿירט זיך אַ גמרא־בחור?‟
און נאָך אַ פּאָר זאַצן פֿון דער דערציילונג: „מײַן נאָמען אין שטעטל איז געפֿאַלן, וואָס נידעריקער האָט ער שוין ניט געקענט פֿאַלן… איך האָב ליב געהאַט הינט… די הינט האָבן מיר אָפּגעצאָלט מיט זייער פֿרײַנדלעכקייט. ביזן הײַנטיקן טאָג פֿילן מיר אַ קעגנזײַטיקע ליבשאַפֿט…‟
דער דיכטער יעקבֿ פֿרידמאַן, אַ זון פֿון מילניצער רבין, גאַליציע, האָט אויך ליב געהאַט הינט. וועגן דעם שרײַבט ער ניט ווייניק אין זײַנע לידער.
אַ הונט בײַם ים
דער הונט בײַם ים־ברעג,
קען נישט ישעיהוס נבֿואה,
פֿון דעסטוועגן טוליעט ער, מיט טיפֿן גאַפֿן,
צו מיר זײַן לײַב דעם הינטיש־שטומען
און העלפֿט, בײַם ברעג פֿון ים, באַשאַפֿן
אַ לאַנדשאַפֿט פֿון אַחרית־הימים…
אָדער אַן אַנדער ליד:
צום טויט פֿון מײַן הונט
…מײַן הונט איז הײַנט געשטאָרבן.
אַ הונט אַ פּשוטער מיט אַ געלער פֿעל
און גרויסע טרויעריקע אויגן.
געהייסן האָט ער „לולו‟,
נאָר מײַן טעכטערל האָט
מיט ליבשאַפֿט אים פֿאַרצויגן:
“לולוקו‟…
איך האָב מורא צו זאָגן איר,
אַז לולו איז געשטאָרבן…
דער פֿראַנצויזישער שרײַבער אַנטואַן עקזיופּערי האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז מיר זענען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר די וועמען מיר פֿאַרהיימישן. דער דיכטער אַהרן קושניראָוו איז אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה געווען אַ סאָלדאַט. אויפֿן פֿראָנט איז צו אים צוגעשטאַנען אַ הונט. קושניראָוו האָט אין דער פֿרײַער צײַט זיך געשפּילט מיט אים, געוואָרן מיט אים אַ פֿרײַנד… איין מאָל איז דער הונט געווען מיט קושניראָוון אין אָקאָפּע, ווען ס’האָט זיך אָנגעהויבן אַן אַטאַק.
מײַן הונט איז פֿאַרוווּנדעט…
געמיינט, אַז איך וואַרף אַ שטיק ברויט…
און איך האָב צום פֿײַנד אַ גראַנאַטע געוואָרפֿן.
געלאָפֿן דאָס כאַפּן…
מיט אימפּעט געלאָפֿן ביז רויכיקן אויפֿרײַס
און אומגעקערט האָט זיך צוריק,
אַ באַפֿלעקטער
מיט בליִענדע צייכנס פֿון ווייטאָק…
ווען קושניראָוו האָט זיך אומגעקערט פֿונעם פֿראָנט, האָט ער געהאַלטן אַ הונט, גלײַך ווי געוואָלט אויסקויפֿן זײַן עוולה פֿאַר יענעם צעריסענעם הונט…
דוד האָפֿשטיין האָט זיך אויך ניט געהאַלטן בײַם אָנגעשריבענעם אין דער גמרא:
…און איך בין יונג — די גאַנצע וועלט איז מײַנע —
און האָב אַ הונט אויך דערצו,
און יעדער יאָר אַלץ שטאַרקער, פֿלינקער ווערן מײַנע פֿיס
און שוואַכער ווערן זײַנע…
אָפֿט מאָל פֿאַרגלײַכט מען דעם מענטשן מיט אַ הונט. די מאַמע מײַנע פֿלעגט אַ מאָל שרײַען צו מיר: „הונט מיט אויערן וואָס דו ביסט!‟ מע האָט אויך געקענט הערן פֿון אונדזערע ייִדן: „ער איז אַ בייזער הונט‟, „ער איז שלעכט, ווי אַ הונט‟, „ביסטו שוין אַ הונט, זײַ זשע כאָטש ניט קיין חזיר!‟, „אַ קאַרגן רופֿט מען חזיר, און אַ שלעכטן — כּלבֿ‟, „דאָס ערשטע ווײַב איז ווי אַ הונט…‟ אאַז״וו.
מאָריס ראָזענפֿעלד ווענדט זיך אין זײַן ליד צו די רײַכע עקספּלואַטאַטאָרן:
וואָס מיינט איר, וואָס? אַ הונט בין איך,
אַ הונט מיט קהלשע ציינער?
שלום־עליכם אין זײַן דערציילונג „ראַבטשיק‟ (אַ ייִדישער הונט) פֿירט דורך אַ פּאַראַלעל צווישן דעם הינטישן לעבן און דעם לעבן פֿון אַ ייִדן צווישן אַנדערע ייִדן. ווען דער הונט ראַבטשיק האָט געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן הויף, נעמען זיך וואַנדערן און געזוכט הילף צווישן אַנדערע הינט מאַכט ער, דער בלאָנדזשענדיקער הונט אַן אויספֿיר: „וווּ איז יושר? וווּ איז הינטלעכקייט? סטײַטש, אַ הונט זאָל צווישן הינט פֿאַרפֿאַלן ווערן? אַ הונגעריקער צווישן זאַטע זאָל אויסגיין פֿון הונגער?‟
נאָך אַ פֿאַרגלײַך בײַ איציק מאַנגערן:
אָוונט. טשערעדעס וואָלקנס,
איך — אַ הונט אויף דער קייט —
האַפֿקע אַרויס פֿון די וואָלקנס
דעם רעגן. דער רעגן גייט…
און דאָס ליד פֿאַרענדיקט מאַנגער אַזוי:
איך קריך אַרײַן אין דער בודע
און וואָיע טיף און לאַנג…
אויך אַ מעטאַפֿאָר בײַ אַבֿרהם סוצקעווערן:
קודלאַטע קלבֿ — גורל, זאָלן לעבן דײַנע ציינער
צערײַס, צעפֿליק, נאָר ווײַז מיר ניט הכנעהדיק די לאַפּע.
אָן וווּנדן בין איך גאָר נישט. קיינער. ווינציקער ווי קיינער…
נאָר אויך דער הונט ווערט אַ מאָל פֿאַרגלײַכט מיט מענטש. צווישן די וויצן וועגן די כעלעמער חכמים געפֿינען מיר אַזאַ וויץ: אַ פֿרוי איז געקומען צום וועטערענאַר מיט איר הונט. „וואָס איז מיט אײַער כּלבֿ?‟ — פֿרעגט דער וועטערענאַר. „איך פֿאַרשטיי אַליין ניט, וואָס ס‘איז מיט מײַן ראַבטשיקן געוואָרן. די לעצטע צײַט עסט ער ניט, טרינקט ניט, פֿירט זיך מאָדנע און בכלל איז ער עפּעס געוואָרן אויס מענטש…‟
צי אַ פֿאָלקסווערטל: „דער הונט האָט געבילט, זיך געריסן פֿון דער קייט, געוואָרן ממש אויס מענטש‟.
אייניקע מאָל, זיצנדיק ביז שפּעט אין אַ באַר, זע איך, אַז אָנהייבנדיק פֿון דרײַ אַזייגער בײַ נאַכט און ביז אין דער פֿרי פֿירן אַ סך תּל־אָבֿיבֿער אײַנוווינער אַרויס זייערע הינט אויף אַ שפּאַציר. די צאָל הינט־ליבהאָבער וואַקסט אין ישׂראל פֿון יאָר צו יאָר. די הינט שטערן ניט צו האָבן קינדער און, געוויינטלעך זענען די קינדער אין משפּחות, וווּ מע האַלט הינט, מער באַרעמהאַרציק, מענטשלעכער…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.