ישׂראל-אַמעריקאַנער קאָאָפּעראַציע

What the U.S. Gets From Israel

מיכאל אײַזענשטאַדט (רעכטס) און דוד פּאָלאַק (לינקס)
The Washington Institute for Near East Policy
מיכאל אײַזענשטאַדט (רעכטס) און דוד פּאָלאַק (לינקס)

פֿון דוד פּאָלאַק און מיכאל אײַזענשטאַדט (ייִט״אַ)

Published June 21, 2013, issue of July 19, 2013.

וואַשינגטאָן. — ווען צוויי באָמבעס האָבן זיך אויפֿגעריסן אין אַפּריל בײַ דער פֿיניש-ליניע פֿונעם באָסטאָנער מאַראַטאָן, זענען די דאָקטוירים אינעם מאַסאַטשוסעטסער „אַלגעמיינעם שטיפּאָל‟ געווען גרייט צו אַזאַ סיטואַציע. מיט צוויי יאָר פֿריִער, האָבן די ישׂראלדיקע מעדיצינישע עקספּערטן געהאָלפֿן דעם שפּיטאָל אויסצואַרבעטן אַ בעסערע הילף-סיסטעם פֿאַר מעגלעכע אינצידענטן מיט פֿילצאָליקע קרבנות. אין ישׂראל, וווּ די דאָקטוירים און קראַנקן-שוועסטער האָבן אַ סך דערפֿאַרונג אינעם דאָזיקן געביט, העלפֿנדיק די געליטענע פֿון טעראָר-אַטאַקן במשך פֿון צענדליקער יאָר, האָבן די מעדיצינישע אינסטאַנצן געשאַפֿן עפֿעקטיווע סטראַטעגיעס, וועלכע זיי האָבן געוויזן זייערע אַמעריקאַנער קאָלעגן. צווישן אַנדערע זאַכן, האָבן זיי דערקלערט, ווי אַזוי זיך צו ברענגען די פֿאַרוווּנדעטע אין פֿאַרשיידענע שפּיטעלער און צו געפֿינען ברעקלעך פֿון אויפֿגעריסענע מאַטעריאַלן טיף אינעווייניק אין זייערע גופֿים.

אינעם טאָג פֿון די באָסטאָנער טעראָר-אויפֿרײַסן, האָט אַלעסטער קאָן, דער מאַסאַטשוסעטסער גענעראַל־שעף פֿון ראַטיר-דינסטן, דערציילט די זשורנאַליסטן, אַז די קענטענישן, וואָס די אָרטיקע דאָקטוירים האָבן באַקומען פֿון די ישׂראלים, האָבן געהאָלפֿן צו ראַטעווען די פֿאַרוווּנדעטע.

דאָס איז איין בײַשפּיל פֿון דער קאָאָפּעראַציע צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלכע ברענגט נוץ פֿאַר ביידע מלוכות. במשך דער קאַלטער מלחמה, האָבן די צוויי לענדער געקעמפֿט צוזאַמען קעגן דער סאָוועטישער השפּעה און דעם ראַדיקאַלן אַראַבישן נאַציאָנאַליזם. הײַנט קעמפֿן זיי ביידע קעגן די עקסטרעמע שטראָמען אינעם פּאָליטישן איסלאַם. ישׂראל האָט אויך שטאַרק משפּיע געווען אויף דער אַמעריקאַנער זיכערהייט-סיסטעם.

די באַציִונג צווישן די צוויי מלוכות איז נישט אַ סימעטרישע. די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן אָנגעהויבן שטיצן ישׂראל אין 1949 און געגעבן, בסך-הכּל, אַ ריזיקע סומע פֿון 115 מילאַרד דאָלאַר. ישׂראל האָט אויך געהאָלפֿן דער אַמעריקאַנער זיכערהייט-אינסטאַנצן אין אַ סך ספֿערעס: קאָאָפּעראַציע קעגן טעראָריזם, אויסטויש פֿון אויסשפּיר-אינפֿאָרמאַציע, און אַנטוויקלונג פֿון אַזעלכע מיליטערישע טעכנאָלאָגיעס, ווי אָנפּילאָטניקעס און שוץ-סיסטעמען קעגן ראַקעט-אַטאַקן. אַן אַנדער וויכטיקע ספֿערע פֿון קאָאָפּעראַציע איז די קאָמפּיוטער-טעכנאָלאָגיעס. ביל גייטס, דער פּרעזידענט פֿון דער פֿירמע „מײַקראָסאָפֿט‟, האָט באַמערקט אינעם יאָר 2006, אַז די ישׂראלדיקע קאָמפּיוטער-טעכנאָלאָגיעס האָבן שטאַרק געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען דעם אַמעריקאַנער „הײַ-טעק‟.

צענדליקער פֿירנדיקע אַמעריקאַנער קאָמפּיוטער-פֿירמעס האָבן געעפֿנט גרויסע פֿאָרש-צענטערס און ישׂראל. גרעג סלייטער, דער דירעקטאָר פֿון האַנדל-באַציִונגען בײַ דער פֿירמע „אינטעל‟, האָט נישט לאַנג צוריק איבערגעגעבן דעם „וואַשינגטאָנער אינסטיטוט פֿאַר דער מיטל-מיזרחדיקער פּאָליטיק‟, אַז „די ישׂראלדיקע אינזשענירן האָבן געראַטעוועט‟ זײַן קאָרפּאָראַציע מיט זייערע חידושדיקע טעכנאָלאָגיעס.

ס׳איז וויכטיק צוצוגעבן, אַז דער אַמעריקאַנער עקספּאָרט אין די מיטל-מיזרחדיקע אַראַבישע לענדער איז אויך לעצטנס געשטיגן און דערגרייכט 56 מיליאַרד דאָלאַר אינעם יאָר 2011. דער נאַפֿט-עקספּאָרט פֿון די אַראַבישע לענדער, פֿון דער צווייטער זײַט, איז אויך געשטיגן אָדער געבליבן אויף דער זעלבער מדרגה זינט 2000, נישט געקוקט אויף אַלע פּאָליטישע סיכסוכים.

דער עולם אין אַלע אַראַבישע און מוסולמענישע לענדער איז געשטימט קעגן „אַל-קײַדאַ‟ — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ סך מענטשן אין די דאָזיקע לענדער זענען נישט צופֿרידן מיט דער ישׂראל-אַמעריקאַנער טיפֿער קאָאָפּעראַציע. אין אַלע אַנומלטיקע רעוואָלוציאָנערע אויפֿשטאַנדן אין דער אַראַבישער וועלט, האָט די באַציִונג צו ישׂראל פֿאַקטיש נישט געשפּילט קיין מערקווירדיקע ראָלע. אַפֿילו די נײַע עגיפּטישע רעגירונג פֿון דער „מוסולמענישער ברידערשאַפֿט‟ איז ממשיך פֿרידלעכע באַציִונגען מיט ישׂראל און אַמעריקע.