80% ייִדן? אַ נעכטיקער טאָג!

Putin's '80% Jewish' Canard

דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין און דער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר, בעת דעם איבערגעבן די ביבליאָטעק דעם „ייִדישן מוזיי‟ אין מאָסקווע, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק
דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין און דער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר, בעת דעם איבערגעבן די ביבליאָטעק דעם „ייִדישן מוזיי‟ אין מאָסקווע, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק

פֿון דזשיי דזשיי גאָלדבערג (Forward)

Published June 23, 2013, issue of July 19, 2013.

פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, בעת וולאַדימיר פּוטין האָט איבערגעגעבן די זעלטענע חב״ד־ביבליאָטעק דעם נײַעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע, האָט ער געזאָגט אַ מאָדנע זאַך: „דער באַשלוס צו נאַציאָנאַליזירן די ביבליאָטעק איז געמאַכט געוואָרן פֿון דער ערשטער סאָוועטישער רעגירונג, וואָס 80־85 פּראָצענט דערפֿון זענען געווען ייִדן.‟

מע וואָלט געקאָנט מיינען, אַז זײַן דערקלערונג איז כאָטש צום טייל אמת, ווײַל די דעמאָלטדיקע ייִדן אין רוסלאַנד האָבן טאַקע געקעמפֿט קעגן דעם צאַרישן רעזשים מיט זײַנע פּאָגראָמען; און ווײַל די ייִדן האָבן דאָך אַרײַנגעבראַכט זייערע ראַדיקאַלע געדאַנקען וועגן סאָציאַליזם און יוניאָנס קיין אַמעריקע. פֿון דער אַנדערער זײַט, קלינגט עס אויך ווי פּוטין ציטירט איינע פֿון די מיאוסע קאָנספּיראַציע־טעאָריעס פֿון די „פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון‟.

נו, וואָס זענען טאַקע די פֿאַקטן? ווי יורי יאַנאָווער שרײַבט די וואָך אין דער „דזשויִש פּרעס‟, איז די ערשטע רעגירונג נאָך דער „אָקטאָבער־רעוואָלוציע‟ באַשטאַנען פֿון זעכצן מענטשן, און צווישן זיי — בלויז איין ייִד, לעאָן טראָצקי. מיט אַנדערע ווערטער, די פּראָפּאָרץ פֿון די ייִדישע מיטגלידער אין דער ערשטער סאָוועטישער רעגירונג איז געווען נישט 85% אָדער אַפֿילו 80%, נאָר 6.25%.

אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע אונטן זעט מען די מיטגלידער פֿון דער פֿריִערדיקער רעגירונג (אַ קאָאַליציע פֿון לענינס באָלשעוויקן מיטן לינקן פֿליגל פֿון די סאָציאַליסטישע רעוואָלוציאָנערן), וואָס האָט אויסגעהאַלטן אַ קורצע צײַט — פֿון דעצעמבער 1917 ביז מאַרץ 1918, ווען די באָלשעוויקן האָבן אַרויסגעשטופּט די רעוואָלוציאָנערן און פֿאַרכאַפּט די מאַכט. אין יענער רעגירונג, וואָס איז באַשטאַנען פֿון 17 מיטגלידער, האָט אויך פֿיגורירט בלויז איין ייִד: יצחק־נחמן שטיינבערג (אויפֿן בילד, זיצט ער דער ערשטער אויף לינקס), אַ סאָציאָליסטיש־רעוואָלוציאָנערער פֿירער, וועלכער האָט געדינט ווי דער יוסטיץ־קאָמיסאַר.

Wikimedia Commons

מיט יאָרן צוריק האָב איך, פֿאָרשנדיק די אינפֿאָרמאַציע פֿאַר אַ זמן־אַרבעט, אַליין איבערגעלייענט די פּראָטאָקאָלן פֿון צענדליקער רעגירונג־זיצונגען האַרט פֿאַר, און גלײַך נאָך די רעוואָלוציעס פֿון יאָר 1917, און דערזען, אַז עס זענען טאַקע געווען אַ סך ייִדישע פֿירער צווישן די מענשעוויקן, אָבער זייער ווייניק צווישן די באָלשעוויקן. (טראָצקי איז אַליין געווען אַ מענשעוויק, ביז ער איז אַריבער צום צווייטן צד אין אַפּריל 1917.) די באָלשעוויקן, מיט זייער „דיקטאַטור פֿונעם פּראָלעטאַריאַט‟, האָבן אויסגעזען, אין די אויגן פֿון די ייִדן, אַ ביסל צו ענלעך צום צאַרישן רעזשים, וואָס מ׳האָט ערשט באַזײַטיקט.

ווי איך געדענק, האָבן די ייִדן באַטראָפֿן ווייניקער ווי 10% פֿון די הויך־ראַנגיקע און מיטל־ראַנגיקע באָלשעוויסטישע פֿירער; 25־30 פּראָצענט פֿון די סאָציאָליסטישע רעוואָלוציאָנערן, און נאָענט צו 40% פֿון די מענשעוויקן.

אויב אַזוי, ווי פֿאַרשטייט מען טאַקע פּוטינס דערקלערונג, אַז 80% פֿון דער ערשטער סאָוועטישער רעגירונג זענען געווען ייִדן? אַחוץ דעם געוואַלדיקן עם־הארצות פֿון אַזאַ קאָמענטאַר, מאַכט פּוטין אויך דעם אײַנדרוק פֿון אַ מענטש, וואָס איז גלײַכגילטיק צו זײַן אייגענער נאַיִוויטעט, און פֿאַרשטייט בכלל נישט, ווי אַזוי ער זעט אויס, ווען ער זאָגט אַזאַ זאַך.

לויט דער אָפֿיציעלער טראַנסקריפּציע פֿון פּוטינס רעדע אינעם מוזיי, האָט ער באַמערקט, אַז „די פּאָליטיקער פֿון דער ערשטער, ס׳רובֿ ייִדישער, סאָוועטישער רעגירונג האָבן זיך געפֿירט לויט פֿאַלשע אידעאָלאָגישע געדאַנקען, און האָבן דערפֿאַר אַרעסטירט און רעפּרעסירט אַ סך ייִדן, רוסיש־אָרטאָדאָקסישע קריסטן, מוסולמענער און מענטשן פֿון אַנדערע רעליגיעס… צום גליק, זענען יענע פֿאַלשע אידעאָלאָגישע שטעלונגען צום סוף פֿונאַנדערגעפֿאַלן, און דערפֿאַר קענען מיר הײַנט אומקערן די ביכער צו דער ייִדישער קהילה מיט אַ שמייכל.‟

דאָס רעדט אַ מענטש, וועלכער האָט אָפּגעגעבן זעכצן יאָר פֿון זײַן לעבן ווי אַן אָנגעשטעלטער פֿון דער „קאַ־גע־בע‟ אונטער די קאָמוניסטן… צוריקגעשמועסט, איז ער, אַ דאַנק זײַן לאַנגער קאַריערע דאָרט, אַליין אַ שטיקל מבֿין וועגן אַרעסטן און רעפּרעסיעס.