„קנאת־סופֿרים תּרבה חכמה‟ — קינאה בײַ די שרײַבער מערט חכמה
בבא בתרא, כּא
„לחכּימא ברמיזא, לשטיה בכרמיזא‟ — פֿאַר אַ חכם איז גענוג אַ רמז, פֿאַר אַ שוטה — אַ פּאַטש
מדרש משלי
הײַנטיקע צײַטן איז אַ ביסל שווער צו זײַן אַ שרײַבער בײַ ייִדן, ווײַל מיר האָבן נאָר צוויי דורות פֿון דעם קהל לייענער, דהײַנו, — דעם עלטערן דור און דעם יונגן. דער מיטלסטער דור לייענער פֿעלט. און פֿון דער צווייטער זײַט, די אַקטיווע ייִדישע שרײַבער געפֿינען זיך דווקא אין סאַמע בלי פֿון זייער לעבן, אין די מיטעלע יאָרן. דער געבוירענער נאָך דעם חורבן, נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה ייִדישער שרײַבער איז, ניט ווילנדיק, געוואָרן אַן איינציקע בריק צו דעם עתיד פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און אין דעם ליגט דאָס באַזונדערע לעבנס־אַחריות פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קולטור בכלל און דער ייִדישער ליטעראַטור בפֿרט.
איך ווייס ניט ווי בײַ די אַנדערע שרײַבער, נאָר ניט איין מאָל זיץ איך מיר בײַ נאַכט בײַם אָפֿענעם פֿענצטער און טראַכט: גאָט מײַנער, צו וואָס דאַרף איך עס האָבן, איך מײן דעם גאַנצן קאָפּדרייעניש מיט דער ייִדישער ליטעראַטור? אַ קראַנקער, כּמעט אַן אויסגעלעבטער, מיט טויזנט שטייגער־פּראָבלעמען אויפֿן קאָפּ… איך בין דאָך אַ גוטער סטאָליער, און אַ שיין בענקל קלינגט דאָך אויף אַלע שפּראַכן ווי אַ „שיין בענקל‟, איך רעד שוין נישט וועגן אַ בעט. וואָס גריזשע איך זיך דאָס האַרץ מיט די טראַכטענישן וועגן דעם ייִדישן וואָרט? צו וואָס דאַרף איך פּטרן יאָרן פֿון מײַן קורץ לעבן אויף צו אַרויסברענגען אַן אויסגעקרענקטע שורה, אַ זײַטל, אַ דערציילונג, און דערצו נאָך מאַכן עס אַזױ גוט, אַז מײַנע קינדער זאָלן זיך ניט שעמען מיט זייער טאַטנס ווערק און לעבן, אַז דער לייענער זאָל האָבן הנאה, און אַז דער נײַער דור ייִדישע ייִדן זאָל זאָגן, - ער האָט געשריבן גוט, און אַ דאַנק אים, וועלן מיר שרײַבן נאָך בעסער.
אַזוי טראַכט איך מיר כּמעט יעדע שלאָפֿלאָזע נאַכט און דאָ פּלוצעם… נידערט פֿון הימל אַראָפּ עפּעס אַ וואָרט, אַ שורה, אַ ליד, און איך פֿאַרגעס אין אַלע מײַנע וואַקלענישן און קרענק, איך פֿאַרגעס אין מײַן נאָמען און מײַן געוויסן בלײַבט איינער אַליין מיט אַ בויגן פּאַפּיר — בײַ נאַכט, בײַם אָפֿענעם פֿענצטער, אונטער גאָטס הימל…
„דאָס דאָזיקע בוך האָב איך געשריבן זייער פֿיל יאָרן, מע קען אַפֿילו זאָגן, מײַן גאַנץ לעבן, זינט יאָר הת”ח, ס’הייסט 1648 לויט דעם גוייִשן קאַלענדאַר, בעתן אָפּזײַן מײַן צװייטן גילגול אויף דער װעלט. וואָס איז געווען פֿריִער געדענק איך ניט, נאָר מײַנע צוויי באָבעס האָבן מיר ביסלעכװײַז עפּעס װאָס דערצײלט. קײן זיידעס האָב איך ניט געקענט, דעריבער, מיין איך, האָט מײַן בוך אַ ווײַבערישן גערוך און נוסח.
פֿון יענע װײַטע יאָרן געדענק איך נאָר אײן לידל, װאָס מיר, אַ חדר־ייִנגלעך, פֿלעגן עס זינגען ערבֿ־פּסח אונטערן פֿענצטער פֿון אונדזער פּליכעװאַטן רבין, ר’ שטעקעליס. אָט איז דאָס לידל:
טאָלסטע ווײַבער, פּליאַסקען מיידן.
טרינק בראָנפֿן און גיב דעם זיידן.
דער זיידע וועט טרינקען יין־גפֿן,
דערנאָך איז געגאַנגען אויפֿן אויוון שלאָפֿן.
דאָרט זײַנען מײַז געזעסן,
האָבן זיי דעם זיידעס פּעלץ געגעסן.
דער זיידע איז אויפֿגעשטאַנען מיט אַ גרויס געוויין
און האָט ניט מיט וואָס אין מאַרק אַרײַן צו גיין.
אַלע ווײַבער האָבן געטאָן אַ טאַנץ
און דעם זיידעס פּעלץ איז געוואָרן גאַנץ.
די עלטערן און נאָך אַ פּאָר גוטע ייִדן האָבן מיר דערציילט וועגן די געשעענישן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען נאָך פֿריִער, ס’הייסט, פֿאַר מײַן געבורט, צוויי און צוואַנציק טעג אין סיון הת”א, דעם 30טן יוני 1641. שוין בײַם סאַמע אָנהייב פֿון שרײַבן האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז מײַן בוך מוז האָבן אַ מאָטאָ. זיכער, אַז דאָס איז נישט קיין נאָוואַטאָרישער געדאַנק, דאָס איז כּמעט אַ כּלל בײַם שרײַבן ביכער. אַ געראָטענער מאָטאָ איז ווי אַ געטרײַער מעקלער צווישן דעם מחבר און דעם לייענער, און אַ מאָל אַפֿילו אינעם מאָטאָ שטעקט דער תּמצית, די מסקנה און דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם גאַנצן ווערק. אױף אויסצוקלײַבן אַ פּאַסיקן מאָטאָ דאַרף מען האָבן אַ באַזונדערן חוש, אַ ביסל שׂכל, מע דאַרף עס טאָן זייער פֿאָרזיכטיק און מיט אַ געוויסן מוט, ווײַל ניט יעדער אויטאָר איז גרייט צו זאָגן, אַז עמעצער אַן אַנדערער איז קליגער פֿון אים און האָט מיט אײן קורצן זאַץ, אין איין שורה אַרויסגעזאָגט דאָס, אויף וואָס דו גופֿא דאַרפֿסט פּטרן אַן עמער טינט, אַ וואָגן פּאַפּיר און דרײַ הונדערט זיבן און פֿופֿציק יאָר שקלאַפֿערישער אַרבעט. אין משך פֿון די אַלע יאָרן האָב איך געזאַמלט מאָטאָס צו יעדן קאַפּיטל פֿון מײַן בוך, אָבער איך האָב שוין אַזוי פֿיל מאָל איבערגעשריבן און איבערגעניצעװעט דאָס בוך, אַז גיי געדענק צו וועלכן קאַפּיטל האָב איך געוואָלט צופּאַסן דעם אָדער יענעם מאָטאָ. דעם אמת געזאָגט, בײַם סוף האָב איך זיך ניט געקענט דערמאָנען, וווּ דאַרף שטיין דער אָדער יענער עפּיגראַף, כ’האָב זיך אין גאַנצן פֿאַרפּלאָנטערט, און דאַן האָב איך באַשלאָסן, אַז די מאָטאָס זאָלן, חלילה, ניט פֿאַרפֿאַלן ווערן, וועל איך זיי אַלע צוזאַמען ברענגען אין אַ באַזונדערן פּרק, אָדער אַ ביכל בתּוך דעם בוך, און איר, מײַנע טײַערע, איר אַליין שטעלט זיי אַרײַן דאָרט, וווּ אײַך וועט געפֿעלן. איך מיין, אַז אַזוי וועט זײַן בעסער פֿאַר אַלעמען, ווײַל יעדעס וואָרט פֿון די מאָטאָס איז דאָך געשריבן מיט בלוט, מיט ייִדיש בלוט, מיט הייליקן ייִדישן בלוט, אַפֿילו ווען דער געדאַנק און די ווערטער געהערן צו ניט־ייִדן‟.
װער װייסט, עס קען זײַן, אַז אַ מאָל װעסטו זיך טרעפֿן מיט דײַן מאָטאָ, װי עס שטייט געשריבן:
טורָא בְטורָא לא פָּגַע אִינֵש בְאִינש פָּגַע, אַ באַרג מיט אַ באַרג באַגעגנט זיך ניט, אָבער אַ מענטש מיט אַ מענטשן באַגעגנט זיך יאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.