אַ נײַער שטײַערן־פּלאַן וואָס מע האָט צוגעשטעלט אין קאָנגרעס, וואָלט געבראַכט נײַע מלוכישע סובסידיעס צו אָרעמע פֿרומע ייִדישע משפּחות מיט פֿיר קינדער און מער.
דער געזעץ־פּלאַן, וואָס דער ניו־אָרקער דעמאָקראַטישער רעפּרעזענטאַנט דזשעראָלד נאַדלער האָט אָנגעגעבן אָנהייב יולי, וואָלט פֿאַרברייטערט דעם „פֿאַרדינטן הכנסה־שטײַערן קרעדיט‟, אַ שטײַערן־סובסידיע פֿאַר אָרעמע משפּחות. די איצטיקע פּראָגראַם העלפֿט מיט בענעפֿיטן די משפּחות מיט צוויי אָדער דרײַ קינדער; דער נײַער פֿאָרלייג וואָלט מער געהאָלפֿן די משפּחות, וועלכע האָבן, מאַקסמימום, זיבן קינדער.
אַ כּלל־טוער פֿון דער באָבאָווער חסידישער קהילה אין ברוקלין האָט פֿאָרגעלייגט דעם בײַט צו נאַדלערן, און כאָטש די ענדערונג וואָלט געהאָלפֿן אַלע אָרעמע גרויסע משפּחות אין לאַנד, האָט מען עס אויסגעטראַכט מיטן ציל צו העלפֿן דער חרדישער וועלט. „דער געזעץ־פּראָיעקט ענטפֿערט אויף דער זאָרג וואָס איך הער פֿון די קהילה־פֿירער אין באָראָ־פּאַרק‟, האָט נאַדלער געזאָגט בײַ אַן אונטערנעמונג דעם 9טן יוני אין דער פֿרומער געגנט פֿון באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, בעת וועלכער ער האָט מודיע געווען זײַן פֿאָרלייג. „ווי אַ רעזולטאַט וועט זײַן מער געלט אין די קעשענעס פֿון די משפּחות‟, האָט ער דערקלערט.
לויט דעם איצטיקן „פֿאַרדינטן הכנסה־שטײַערן־קרעדיט‟ (Earned Income Tax Credit) באַקומט אַ משפּחה מיט דרײַ קינדער דעם זעלבן קרעדיט ווי אַ משפּחה פֿון 12 קינדער. אין באָראָ־פּאַרק, וווּ אָרעמע חסידישע משפּחות האָבן אָפֿט מער ווי דרײַ קינדער, איז מען פֿרוסטרירט געוואָרן פֿונעם געזעץ. בײַ אַ קהלה־זיצונג האָט אַ באָבעווער קעמפּ־דירעקטאָר יואל ראָזענפֿעלד זיך באַקלאָגט פֿאַרן קאָנגרעסמאַן. „מיר האָבן אַ סך גרויסע משפּחות אין דער קהילה, און ס‘איז נישט קיין יושר‟, דערמאָנט זיך ראָזענפֿעלד איצט, וואָס ער האָט נאַדלער דעמאָלט דערציילט. „איך שטעל אויס אַליין מײַנע שטײַערן, און איך האָב נײַן קינדער, ווייס איך פּונקט ווער און וויפֿל.‟
נאַדלער האָט צוגעזאָגט דעם ענין אויסצופֿאָרשן, און צוויי חדשים שפּעטער האָט ער פֿאָרגעלייגט זײַן געזעץ. נאַדלער האָט זיך געחכמעט, אַז מע דאַרף עס אָנרופֿן „דעם יואל ראָזענפֿעלד־געזעץ־פּראָיעקט‟. מע רעכנט, אַז אָנדערטהאַלב מיליאָן אַמעריקאַנער לעבן אין אַ משפּחה, אין וועלכער מע האָט פֿיר אָדער מער קינדער, אָבער ס‘רובֿ פֿון די משפּחות פֿאַרדינען צו פֿיל געלט צו קוואַליפֿיצירן ווען פֿאַר דער פּראָגראַם. צוריק געשמועסט, ווײַזט אַן אַנקאַטע, אַז 43% פֿון די חסידים אין דער ניו־יאָרקער געגנט זענען אָרעם, און זיי וואָלטן יאָ קוואַליפֿיצירט געוואָרן. לויט אַן אַנדער אַקנעטע פֿון 2012, האָבן די חסידישע פֿרויען אַ דורכשניט פֿון 6 קינדער.
עס זעט נישט אויס, ווי דער געזעץ־פּראָיעקט וועט אין גיכן אָנגענומען ווערן. נאַדלער וועט מסתּמא פֿאָרלייגן דעם בײַט אין אַ גרעסערער שטײַערן־רעפֿאָרם־פּראָגראַם, וואָס ער וועט פֿאָרלייגן איבער אַ יאָר אָדער אַפֿילו אין צוויי יאָר אַרום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.