תּל-אָבֿיבֿ. — הרבֿ שמואל פּאַפּענהיים פֿון דער טראַדיציאָנעל-פֿרומער „עדה-חרדית‟ און הרבֿ אורי רגבֿ, אַן אַקטיוויסט פֿון רעליגיעזן פּלוראַליזם, האָבן היפּוכדיקע דעות אין אַ סך ענינים. אָבער, ווען די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען איבערגעגעבן אין די נײַעס, אַז דער ישׂראלדיקער אַשכּנזישער הויפּט-רבֿ איז אַרעסטירט געוואָרן, האָבן ביידע דערמאָנטע רבנים, פּאַפּענהיים און רגבֿ, געפֿרעגט די זעלבע קשיא: וועמען גייט עס אָן?
הרבֿ יונה מעצגער, דער אָפֿיציעלער גײַסטיקער פֿירער פֿונעם אַשכּנזישן ציבור אין ישׂראל, ווערט פֿאַרדעכטיקט אין שווינדלערײַ און אַנדערע קרימינעלע מאַכינאַציעס מיט געלט. פֿאַר פּאַפּענהיימען, איז דער הויפּט-רבֿ בלויז אַ פּאָליטישע פֿיגור און נישט קיין באַקאַנטער רעליגיעזער טוער. פֿאַר רגבֿן, פֿון דער אַנדערער זײַט, רעפּרעזענטירט מעצגער דעם רעליגיעזן צוואַנג-כּוח, וועלכער האָט ווייניק ווערט פֿאַר דער ישׂראלדיקער וועלטלעכער מערהייט. ביידע זענען זיי נישט געווען פֿאַרחידושט, ווען מע האָט זיך דערוווּסט וועגן מעצגערס אַרעסט, און האָבן עס אויפֿגענומען ווי אַן נישט-רעלעוואַנט געשעעניש.
רגבֿ, וועלכער פֿירט אָן מיט דער נישט-קאָמערציעלער אָרגאַניזאַציע „חידוש‟, וואָס שטיצט דעם רעליגיעזן פּלוראַליזם, האָט געפֿרעגט: „וועמען באַדינט דער הויפּט-רבֿ?‟ דער וועלטלעכער סעקטאָר אין ישׂראל וויל גאָרנישט טאָן מיטן רבנות און הרבֿ-הראָשי.
מעצגער ווערט באַשולדיקט אין אויסנוצן פֿאַר אייגענע צוועקן דאָס געלט פֿון געוויסע פֿאָנדן. צוליב דעם אַרעסט, האָט ער דערווײַל פֿאַרלוירן זײַן פּאָזיציע, כּל-זמן די פּאָליציי פֿאָרשט אויס זײַנע מאַכינאַציעס. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, האָט דער ספּעציעלער פּאָליציי-אָפּטייל, וואָס באַקעמפֿט שווינדלערײַ, פֿאַרהערט מעצגערן במשך פֿון 10 שעה און באַשלאָסן, אַז ער מוז בלײַבן אונטער אַ היים-אַרעסט. דינסטיק, דעם 25טן יוני, האָט מען אים געבראַכט אויף דער ערשטער געריכט־זיצונג. אַחוץ דעם הויפּט-רבֿ, האָט מען פֿאַרהערט דרײַ זײַנע שותּפֿים.
פֿאַרשיידענע באַשולדיקונגען קעגן די ישׂראלדיקע הויפּט-רבנים, אַרײַנגערעכנט מעצגערן, איז נישט קיין נאָווינע. אינעם יאָר 2003, ווען דער הויפּט-רבֿ איז אויסגעקליבן געוואָרן אויף זײַן 10־יאָריקן אַמט-טערמין, איז ער געווען פֿאַרדעכטיקט אין סעקסועלע באַלעסטיקונגען פֿון מענער. לעצטנס, גלײַך נאָך זײַן אַרעסט, זענען אָנגעקומען אַנדערע אָנקלאָגן פֿונעם זעלבן מין.
אין 2005, האָט די פּאָליציי דורכגעפֿירט אַן אַנדער אויספֿאָרשונג קעגן מעצגערן. מע האָט חושד געווען, אַז ער האָט באַקומען ספּעציעל באַדינונגען אויף אַן אומלעגאַלן אופֿן אינעם ירושלימער לוסקוס-האָטעל „מצודת-דוד‟. מעצגער האָט זיך דערקלערט אומשולדיק, און די פּאָליציי האָט אָפּגעוואָרפֿן די באַשולדיקונגען, ווײַל זי האָט נישט געהאַט גענוג ראיות.
דעם פֿריִערדיקן אַשכּנזישן הויפּט-רבֿ, ישׂראל־מאיר לאַו, האָט מען באַשולדיקט אין סעקסועלע סקאַנדאַלן מיט פֿרויען. אליהו בקשי-דורון, וועלכער האָט געדינט ווי דער ספֿרדישער הויפּט-רבֿ פֿון 1993 ביז 2003, ווערט איצט געמישפּט פֿאַר געבן פֿאַלשע סמיכות צו זיכערהייט-לײַט, זיי זאָלן באַקומען העכערע שׂכירות.
אַזעלכע סתּירותדיקע מעשׂיות מיט די הויפּט-רבנים זענען שוין לאַנג געוואָרן אַן אומגעוווּנטשענער, אָבער באַקאַנטער, ספּעקטאַקל פֿאַר אַ סך ישׂראלים. די נײַע באַשולדיקונגען קעגן מעצגער וועלן נאָך שטאַרקער איבערצײַגן דעם וועלטלעכן עולם, אַז דאָס הויפּט-רבנות איז אַן אויטאָריטאַרע און, מעגלעך, אַ קאָרומפּירטע אינסטיטוציע. די חרדים זענען אָבער מער פֿאַרזאָרגט פֿון אַזעלכע פֿאַלן. פּאַפּענהיים האָט באַשולדיקט מעצגערן אין חילול-השם און באַטאָנט, אַז די פֿאָריקע מעשׂיות מיט מעצגערן און לאַו זענען געווען אַ טיפֿע מפּלה פֿאַרן רבנות.
מיט 50 יאָר צוריק איז די פּאָזיציע פֿונעם הויפּט-רבֿ געווען אַ פּרעסטיזשפֿולע. אַזעלכע פֿיגורן, ווי הרבֿ אַבֿרהם-יצחק קוק און הרבֿ יצחק הלוי הערצאָג, זענען געווען באַרימטע חכמים. אין יולי, פּלאַנירט מען אין ישׂראל אויסצוקלײַבן נײַע רבנישע הויפּט-פֿירער, אַנשטאָט מעצגערן און זײַן ספֿרדישן קאָלעגע, הרבֿ שלמה עמאַר. עס קאָן זײַן, אַז אַ מער בייגעוודיקער און געבילדעטער רבֿ פֿון אַזאַ שניט ווי הרבֿ קוק, וואָלט געקאָנט פֿאַרבעסערן די רעפּוטאַציע פֿונעם הויפּט-רבנות.
אַזוי צי אַזוי, האָט פּאַפּענהיים דערקלערט, וועלן די חדרים קוים באַמערקן דעם בײַט. „דאָס אַרט אונדז נישט‟, האָט ער דערקלערט, „מיר האָבן אים נישט אויסגעקליבן. וואָס זאָלן מיר טאָן? ער איז נישט אונדזער רבֿ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.