„..אין היטלערס בעט‟

At Home in Hitler‘s Bed


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published June 26, 2013, issue of July 19, 2013.

די פּיעסע הייסט „איך שלאָף אין היטלערס בעט‟, און אָנגעשריבן האָט עס נישט קיין אַנדערער ווי יחיד-במינו טובֿיה טענענבוים. ווילט איר דאָך וויסן, ווער איז דער פֿויגל וואָס שלאָפֿט אין היטלערס בעט, וועל איך אײַך זאָגן. ער איז סערוואַנטעסעס סאַנטשאָ־פּאַנטשאַ; ער איז וואָלטערס „קאַנדיד‟; ער איז שלום־עליכמס „מנחם־מענדל‟ און ער איז דער כעלעמער מלמד, מיט איין וואָרט, טובֿיה איז אַ צענויפֿגוס פֿון ירמיהו־הנבֿיא וואָס בלוטיקט איבערן חורבן בית־המקדש, און חיים גראַדע וואָס בלוטיקט איבער אונדזערע חרובֿע קלויזן און דער פֿאַרטיליקונג פֿון אונדזער פֿאָלק.

איז ווי אַזוי טוט ער עס, ווען ער איז ווײַט פֿון די פֿאַרצײַטיקע נבֿיאים און ליטעראַטישע קילאָמעטראַזשן פֿון אונדזער גרעסטן ייִדישן שרײַבער־פּאָעט, וואָס זאָגט כּסדר קדיש אין זײַנע ייִדישע ווערק. דער זעלבער טובֿיה זוכט אַן ענטפֿער פֿון די דײַטשן. ער זוכט עס אין דײַטשלאַנד און פּוילן, אין טערקײַ און וויל נאָך אָפּשטאַטן אַ וויזיט צווישן דעם „כאַמאָס‟ אין עזה.

באַזירט איז געווען די פֿאָרלייענונג אויף דער בינע אויף טובֿיהס בוך „איך שלאָף אין היטלערס בעט‟. דער טיטל אַליין זאָגט אײַך אָן, אַז ער קען זיך נישט ספּראַווען מיטן דײַטשן פֿאָלק. לייען איך קאָפּיטלען פֿון טובֿיהס בוך און געפֿין אויס, אַז מען מוז נישט דווקא זײַן אַ ליטעראַט צו באַשרײַבן דאָס וואָס קוועטשט אײַך; מען קען עס דערציילן פּראָסט און פּשוט, ווי אַ פֿאָלקס־מענטש דעם פּײַן וואָס מאַטערט אונדז אַלע, ווי אַזוי האָט אַ גאַנץ פֿאָלק געקענט אָפּטאָן אַזאַ אַכזריות.

די באַשרײַבונג האָט צו טאָן מיט טובֿיהס רײַזע איבער דײַטשלאַנד, אויסצוגעפֿינען, צי די שינאה צו די ייִדן טליִעט נאָך אין די דײַטשע געמיטער. און אָט וואָס ער שרײַבט:

„איך דערצייל מײַנע נײַע פֿרײַנד, אַז איך בין אַ קאָמפּיוטער־אַנאַליטיקער, אַז מײַנע עלטערן זײַנען דײַטשן און וווינען אין אַמעריקע… זיי נעמען מיך מיט אין קלוב 88. ס’איז אַ שענק. איינער פֿון זיי, פֿרענק, נעמט אונדזער שמועס אויף ערנסט און ברענגט אַרײַן עטלעכע ביכער. דאָ איז אַ בוך וועגן ייִדן, מאַכט ער, מיט בילדער, מאַפּעס און טאַבעלן. דאָ ווײַזט ער מיר די אָפּשפּיגלונג פֿון אַ ייִדישן טײַוול, מ’האָט געמאַכט דערפֿון אַ פּאָסט־מאַרקע. ער דערקלערט: ׳די ייִדן קאָנטראָלירן די גאַנצע וועלט.׳ ער גיט צו: ׳דער ייִדישער טײַוול פֿאַרמאָגט צוויי הערנער, ייִדן האָבן הערנער נאַטירלעך, אַ לאַנגע נאָז. יאָ, די ייִדן האָבן דעם קאָנטראָל איבער גאַנץ דײַטשלאַנד הײַנט, אויך אַמעריקע.׳ נאָך אַ פֿראַגע?

„וואָס פֿאַר אַ מיינונג האָט ער וועגן פּרעזידענט אָבאַמאַ?‟ זאָגט ער: „אָבאַמאַ איז אַ ניגער און דאַרף צוריקפֿאָרן קיין אַפֿריקע. זעקס מיליאָן ייִדן זײַנען נישט אומגעקומען אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. עס נעמט נישט מער ווי צוויי און זיבעציק מינוט פֿאַרן גאַז און פֿײַער, איז ווי קען מען פֿאַרגאַזן און פֿאַרברענען אַזוי שנעל, עס לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל. אויב די פּאָליציי וואָלט געהערט מײַנע רייד הײַנט וואָלט איך געגאַנגען זיצן אויף זעקס יאָר‟.

„וואָס זאָל מען טאָן מיט די ייִדן הײַנט?‟ וויל טובֿיה וויסן. — „זאָל מען זיי אַלע אויסהרגענען!‟

באַלד איז טובֿיה אַריבער צו דער טעמע טערקן, נאָך אַלעמען, האָבן זיי באַזעצט די דײַטשע שטעט און שטעטלעך. פֿרעגט ער דעם זעלבן ראַסיסט:

„און וואָס האָסטו צו זאָגן וועגן די טערקן?‟ — ענטפֿערט יענער:

„די טערקן זײַנען גרויסע אידיאָטן, מיר רופֿן זיי ׳נאַרישע ייִדן׳. טערקן זײַנען אומגעדולדיק, קענען נישט רעכענען, נישט ווי די ייִדן. די ייִדן זײַנען די ערגסטע, מיר פֿאַרמאָגן מיליאָנען ייִדן אין דײַטשלאַנד.‟

„וויפֿל מיליאָנען?‟ — וויל טובֿיה וויסן.

„צום ווייניקסטן, איין מיליאָן און לאָמיר האָפֿן, אַז דער ניגער אַמעריקאַנער פּרעזידענט וועט זיך אַן עצה געבן מיט די ייִדן אין ישׂראל, זיי ראַבעווען דאָך דאָס וואַסער בײַ די פּאַלעסטינער. לאָמיר האָפֿן, אַז ער וועט אָפּשטעלן די ייִדן איין מאָל פֿאַר אַלעמאָל.

„האָסט אַמאָל געזען דעם ייִד מײַקל פֿרידמאַן?‟ — וויל פֿרענק וויסן.

„ס’איז לײַכט אים צו דערקענען, ער טראָגט אַ ייִדישע האָר־פֿריזור. ייִדן האָבן בכלל אַן אַנדער מאָדע פֿריזורן און דער מײַקל פֿרידמאַן רייכערט פֿאַרבאָטענע בלעטער. אגבֿ, די דײַטשן זײַנען קיין מאָל נישט באַפֿאַלן פּוילן, ס’איז אַ ליגן. ס’איז זייער וויכטיק פּטור צו ווערן פֿון די ייִדן איין מאָל פֿאַר אַלעמאָל, די דרייער, די באַשעפֿענישן וואָס האָבן אויסגעטראַכט אַ מעשׂה מיט אַ חורבן, בלויז צו קענען אויסקוועטשן פֿון די דײַטשן ביליאָנען, אַרײַנגערעכנט פֿיר סובמאַרינען. ערשט שפּעטער האָבן זיי געוואָלט מער געלט, האָבן זיי באָמבאַרדירט די צוויי טורעמס אין האַנדל־צענטער אין ניו־יאָרק‟.

דאָ וועל איך בלײַבן שטיין, ווײַל טובֿיה האַלט אין איין אָנשטויסן אין באַהאַלטענעם, הײַנטיקן דײַטשן אַנטיסעמיטיזם. ער פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ טערק, רעדט אַראַביש און קומט פּנים־אל־פּנים מיטן איסלאַמישן אַנטיסעמיטיזם. בכלל וויל איך אָנערקענען טובֿיהן נישט נאָר פֿאַר זײַן מי אויפֿצודעקן אונדזער אומגליק צווישן די אומות־העולם, נאָר אויך אים לויבן פֿאַר זײַן זוכן יושר און גערעכטיקייט אין דער פֿאַרפּעסטעטער וועלט, און אָננעמען אונדזער קריוודע. יישר־כּוח.