אַ קולינאַר־מוזיקאַלישע דערשײַנונג, אינספּירירט פֿון דער מיזרח־אײראָפּעיִשער קיך, איז דער נײַער דערפֿאָלגרײַכער ספּעקטאַקל פֿונעם ישׂראלדיקן „ייִדישפּיל‟־טעאַטער. אין תּוך איז דער ספּעקטאַקל צונױפֿגעשטעלט פֿון קורצע מאָנאָלאָגן, אױסגעװײלט פֿון אַ קאָך־ביכל, װאָס אַנטהאַלט אױך באַקאַנטע ייִדישע לידער אױפֿגעפֿירט דורכן יונגן אַנסאַמבל בײַם טעאַטער.
דאָס איז דער ערשטער ספּעקטאַקל אונטער דער רעזשי פֿונעם אַקטיאָר און זינגער יוני (יאָני) אילת. אָנגעהױבן האָט זיך עס מיט צװײ יאָר צוריק, װען יוני האָט געפֿײַערט זײַן 35סטן געבױרן־טאָג; ער האָט דאַן באַקומען, ווי אַ מתּנה, דאָס זעלבע בוך „שמאַלץ‟ פֿון זײַנע צװײ חבֿרים. „און נישט װײַל איך בין אַזאַ גרױסער קאָכער‟, דערקלערט יוני, „נאָר װײַל אַלע װײסן, אַז כ’בין אַן ענטוזיאַסטישער אָנהענגער פֿון דער מיזרח־אײראָפּעיִשער קולטור‟.
שױן אַכט יאָר װי יוני אילת נעמט אַן אַקטיװן אָנטײל אין דעם אַנסאַמבל בײַם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער. אױסער די פֿאַרשײדענע ראָלעס װאָס ער האָט אױפֿגעפֿירט ווי אַן אַקטיאָר און זינגער אין משך פֿון דער צײַט, האָט ער אױך צוגעגרײט אַ מאָנאָדראַמע אין ייִדיש. ער איז אַרומגעפֿאָרן מיט דעם ספּעקטאַקל איבער דער װעלט און האָט רעקאָרדירט אַן אַלבאָם מיט ייִדישע לידער. „ס’זעט אױס, אַז ייִדיש באַהערשט מײַן לעבן‟ — איז די מסקנא, צו װעלכער יוני איז געקומען.
„מאָנאָלאָגן פֿון דער קישקע‟ איז קודם־כּל אַן אָנגענעמער סורפּריז. אין דעם ישׂראלדיקן ייִדישן טעאַטער, וואָס האָט עקזיסטירט העכער צװאַנציק יאָר אונטער דער אָנפֿירונג פֿון שמואל עצמון (הײַנט איז דער קונסט־דירעקטאָר שׂשׂי קשת), האָט „ייִדישפּיל‟ זיך צוגעאײגנט אַ כאַראַקטער־שטריך, װאָס איז זײַן ספּעציפֿישער קען־צײכן: מ’זינגט און מ’טאַנצט, צי עס פּאַסט יאָ, צי נישט, װי דאָס װאָלט געװען די הױפּט־באַשעפֿטיקונג פֿון די אַקטיאָרן. זעט אָבער דעם פּאַראַדאָקס: אין די „מאָנאָלאָגן…‟ פּאַסט זיך צו דאָס געזאַנג װי אַ הענטשקע בעיקר, װײַל דאָס געזאַנג איז אַן אינטעגראַלער טײל פֿון דער פֿאָרשטעלונג, איבערהױפּט װען די אַכט אַקטיאָרן (סײַ די מענער און סײַ די פֿרױען) פֿירן אױס די לידער — אַלע צוגעפּאַסט צו דער האַנדלונג — מיט חן און מיט אַ גוטן געשמאַק.
דער ספּעקטאַקל װערט אױפֿגעפֿירט אין צװײ שפּראַכן: העברעיִש און ייִדיש; אױף העברעיִש — דער נאַראַטיװער טײל, אין װעלכן דער אַנסאַמבל שילדערט מיט סענסועלער הנאה זײַנע גאַסטראָנאָמישע פּרעפֿערענצן; דערנאָך קומען די לידער. אַלע האָבן זײ אַן ענגע פֿאַרבינדונג מיט די שפּײַזן, װאָס זײ באַזינגען און, װי מיר װײסן, פֿאַרנעמט די „אַכילה‟ — דאָס עסן און טרינקען — אַ פּריװילעגירט אָרט אין דער ייִדיש־שאַפֿונג פֿון דער לידער־טעמאַטיק.
אַלע לידער — װי אײַנגעװאַקסן אין דער ייִדישער טראַדיציע און דערצו נאָך װי אַרײַנגעשמוגלט מיט אַ קלאַסן־פּראָטעסט — זײַנען גוט באַקאַנט דעם פּובליקום; װער קען דען נישט, למשל: „זאָגט זשע מיר רביניו, לחם איז װאָס?‟
פֿאַר די נגידים איז לחם אַ פֿריש בולקעלע,
פֿאַר די קבצנים, אױ װײ, אױ קבצנים, אױ אבֿיונים,
איז לחם אַ טרוקענע קאָרענע, נעבעך,
איז לאָמיר אַלע זינגען אַ זמרל, א זמרל…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.