ייִדישע נײַעס־אַגענטור וואַקסט גיך

New Jewish News Service Growing Fast

ראָסל פּערגאַמענט, דער פֿאַרלעגער פֿון דער JNS
Courtesy of Boston Phoenix
ראָסל פּערגאַמענט, דער פֿאַרלעגער פֿון דער JNS

פֿון דזשאָש נייטען־קייזיס (Forward)

Published June 30, 2013, issue of July 19, 2013.

אַ נײַע רעכט־ליניקע נײַעס־אַגענטור באַמיט זיך צו פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון דער ייִט״אַ ווי דער הויפּטקוואַל פֿון נײַעס פֿאַר דער ייִדישער מעדיאַ.

כּמעט צוויי יאָר נאָך איר גרינדונג, וואַקסט כּסדר די Jewish News Service (ייִדישע נײַעס־דינסט), אַ דאַנק איר שטאַרקן פּראָ־ישׂראלדיקן קוק־ווינקל, ווי אויך צוליב אירע רעקלאַמע־רײַכע בײַלאַגעס, און נידעריקן פּרײַז.

“געוויסע צײַטונגען האָבן אונדז אויסגעקליבן ווײַל זיי האַלטן, אַז מיר פֿאַרשטייען בעסער די שוועריקייטן, וואָס ישׂראל מאַכט דורך,” האָט דערקלערט ראָסל פּערגאַמענט, דער פֿאַרלעגער פֿון דער JNS. “אַנדערע רעדאַקטאָרן ניצן אונדז, ווײַל מיר רעכענען ווייניקער געלט. ביידע סיבות זענען שׂכלדיקע.”

די צוויי ייִדישע נײַעס־אַגענטורן קאָנקורירן צו באַזאָרגן די אָרטיקע ייִדישע צײַטונגען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אן קאַנאַדע, און אויך געציילטע אינטערנאַציאָנאַלע צײַטשריפֿטן, וועלכע דעקן ייִדישע ענינים.

די ייִט״אַ האָט אַ סך מער אַבאָנענטן ווי די JNS; צווישן זיי — באַרימטע ישׂראלדיקע צײַטונגען ווי “האָרץ” און “דזשערוסאַלעם פּאָסט”. אָבער עטלעכע אָרטיקע ייִדישע צײַטונגען האָבן שוין פֿאַרלאָזט די ייִט״אַ און אַריבער צו דער JNS.

“זיי האָבן אונדז געגעבן אַ שיינע הנחה,” האָט דערקלערט לי טשאָטינער, דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון The Jewish Chronicle, אַ פּיטסבערגער צײַטונג, וואָס איז לעצטנס געוואָרן אַ קונה בײַ דער JNS. “זיי שרײַבן אַ סך וועגן ישׂראל, און דאָס איז אונדז וויכטיק. די ייִט״אַ טוט אַן אויסגעצייכנטע אַרבעט, אָבער מיר האָבן פּשוט געמאַכט אַ געשעפֿטלעכן באַשלוס.”

פּערגאַמענט זאָגט, אַז בערך אַ פֿערטל פֿון די צײַטונגען, וואָס אַבאָנירן זיך אויף דער JNS, באַקומען עס פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, און אַלע אַבאָנענטן באַקומען עס אומזיסט אינעם ערשטן יאָר. בערך 40 צײַטונגען אַבאָנירן זיך אויף דער JNS, האָט פּערגאַמענט געזאָגט, און פֿאַר די, וועלכע באַצאָלן פֿאַרן אַבאָנאָמענט, קאָסט עס צווישן 400$ און 700$ אַ חודש.

די ייִט״אַ האָט נישט אָנגעגעבן וויפֿל זי רעכנט אירע אַבאָנענטן, אָבער דער פּרײַז איז זיכער העכער. לויט איר וועבזײַט, געפֿינען זיך 88 צײַטונגען אויף איר אַבאָניר־רשימה.

די JNS, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין סעפּטעמבער 2011, האָט דעמאָלט אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקן אויפֿמערק פֿאַר האָבן באַקומען אַן עקסקלוסיוון אָפּמאַך מיט “ישׂראל היום”— די אומזיסטע ישׂראלדיקע טאָג־צײַטונג, אַרויסגעגעבן פֿונעם קאַסינאָ־מאַגנאַט, שעלדאָן איידלסאָן, און גוט־באַקאַנט פֿאַר איר שטיצן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער, בנימין נתניהו.

“אונדזערע גרינדער האַלטן, אַז די מעדיאַ גיט איבער אַן אומבאַלאַנסירט בילד פֿון ישׂראל,” האָט דערקלערט דזשייקאָב קאַמאַראַס, דער רעדאַקטאָר פֿון דער JNS. “מיר באַמיִען זיך צו באַזאָרגן אונדזערע לייענער מיט די ריינע פֿאַקטן און מער באַלאַנסירטע רעפּאָרטאַזשן פֿונעם מיטעלן מיזרח.”