װיכטיק און שעפֿעריש איז דער ישׂראלדיקער דראַמאַטורג הלל מיטלפּונקט, דער מחבר פֿון איבער 40 פּיעסעס, כּמעט אַלע פֿאָרגעשטעלט אױף דער ישׂראלדיקער בינע. טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער ישׂראל־װירקלעכקײט, װאָס ער באַרירט מיט נישט װײניק הצלחה אין זײַן דראַמאַטישער שאַפֿונג בכלל, האָט זיך מיטלפּונקט בעיקר אָפּגעגעבן מיט באַהאַנדלען די פּאָליטיש־היסטאָרישע, װי אױך די מיליטערישע הױכפּונקטן, פֿאַרװאַנדלט דורך אים אין דעם הױפּט־מאַטעריאַל פֿאַר זײַנע דראַמעס.
די איצטיקע פּרעמיערע אין דער ייִדיש־װערסיע פֿון „אַ שפּאַציר־באַגלײטער איבער װאַרשע‟, ספּעציעל איבערגעזעצט פֿאַרן „ייִדישפּיל‟־טעאַטער דורך דער קינסטלערין לאה שלאַנגער, װערט אױפֿגעפֿירט אונטער דער רעזשי פֿונעם מחבר אַלײן.
ליִאַ קעניג בײַסט זיך אײַן מיט תּאװה אין דער ראָלע פֿון מאַרגאַ װײַסבערג, די פּױליש־ייִדישע חורבן־געראַטעװעטע, הײַנט אַ ישׂראלדיקע בירגערין, װעלכע קומט אָן קײן װאַרשע מיט איר זון, אַ נישט־געלונגענער מאָלער, כּדי צו פֿאָדערן בײַ דער פּױלישער מאַכט די רעכט אױפֿן בנין, װוּ זי האָט געװױנט מיט 50 יאָר צוריק. עס העלפֿט איר אַרױס אין דעם אַ נישט־ערלעכער ייִדיש־פּױלישער אַדװאָקאַט, װעלכער פֿאַרקױפֿט איר באָבע־מעשׂיות, אַז אָט־אָט װעט די פּױלישע רעגירונג אָנערקענען מאַרגאַס רעכט אױף דער קאַמעניצע, װאָס געפֿינט זיך אַקוראַט אין סאַמע צענטער פֿון דער שטאָט. דערװײַל, ביז דאָס װעט געשען, דאַרף זי אים אױסצאָלן מיט דאָלאַרן פֿאַר פֿאַרשײדענע נישט־קלאָרע אָבליגאַציעס.
בײַ טאָג גיט מאַרגאַ זיך אָפּ מיטן הויז און מיטן שידוך פֿאַר איר זון; אינעם זעלבן האָטעל געפֿינט זיך אויך אַ ישׂראלדיק מיידל, װאָס איז געקומען קײן װאַרשע צו פֿאַרענדיקן איר פֿאָטערס לעבנס־אונטערנעמונג: צו דאָקומענטירן די ייִדישע קהילות אין פּױלן אין די לעצטע 200 יאָר.
בײַ נאַכט אָבער איז זי פֿאַרנומען מיטן אַנטדעקן װאַרשע אױף ס’נײַ, די װאַרשע פֿון די נאַכט־קלובן, װוּ מ’זינגט און מ’טאַנצט און מ’פֿאַרװײַלט זיך ביז אין העלן טאָג אַרײַן.
סוף־כּל־סוף, האָט מאַרגאַ געפֿונען די בעסטע לײזונג: דעם זון מיט דער כּלה װעט זי שיקן צוריק קײן ישׂראל, װוּ זײ װעלן קענען אָנהײבן אַ נײַ לעבן מיט אַ גוטער פּרנסה — זײ װעלן האַנדלען מיט בילדער, נישט מאָלן זײ, און זי, מאַרגאַ, װעט פֿאַרבלײַבן װױנען אין דער „פֿאַרשאָלטענער‟ װאַרשע מיט די גױים, די אַנטיסעמיטן.
אין אײנעם מיט ליִאַ קעניג, פֿירן זײער גוט אױס זײערע ראָלעס: ישׂראל טרײסטמאַן (דער זון), ענת עצמון (בינה, די כּלה), אירמאַ סטעפּאַנאָװ (די מאָדעלקע), נתן העכט (דער אונטערנעמער).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.