קאָסאָוואָ. — וואַדים דעמירי האָט מיך דורכגעפֿירט איבער אַ לאַבירינט פֿון שמאָלע געסלעך הײַזער מיט רויטע קאַכל-דעכער צו זײַן אין פּריזרען — אַ שטאָט מיט 178,000 תּושבֿים, וואָס שטייט בײַ אַ אויסבייג פֿונעם טײַך פּריזרענסקאַ ביסטריצאַ. דעמירי, דער פּרעזידענט פֿון דער קאָסאָווער ייִדישער קהילה, ווײַזט אין זײַן ביוראָ בילדער פֿון זײַן משפּחה, פֿאָטאָגראַפֿירט צוזאַמען מיט באַקאַנטע פּערזענטלעכקייטן, אַרײַנגערעכנט דעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט שמעון פּערעס. ער האָט אויך געוויזן אַ קאַלענדאַר, באַקומען פֿונעם אַמעריקאַנער „דזשוינט‟, וועלכער האָט אַ סך אויפֿגעטאָן אין דער דאָזיקער געוועזענער סערבישער פּראָווינץ.
קאָסאָוואָ האָט זיך אָפּגעטיילט פֿון סערביע אינעם יאָר 2008. דעמיריס „דאָס ייִדישע הויז‟, ווי ער רופֿט עס אָן, שטייט לעבן צוויי איסלאַמישע רעליגיעזע ערטער. שפּעטער, האָט ער מיט מיר באַזוכט דעם היסטאָרישן צענטער פֿון פּריזרען, וועלכער געפֿינט זיך אַרום דער אַלטער שטיינערנער בריק. ער האָט באַמערקט, אַז דער אָרטיקער מעטשעט פֿון סינאַן פּאַשאַ שטייט נישט ווײַט פֿון אַ סערבישער פּראַוואָסלאַוונער צערקווע און אַ קאַטוילישער שול. „דאָס איז אונדזער ירושלים‟, האָט דערקלערט דער ראָש-הקהילה.
פּריזרען, 40 מײַל פֿון דער הויפּטשטאָט, פּריסטינאַ, איז די היים פֿון פֿאַרשיידענע מינים רעליגיעזע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט קאַטויליקער, אַלבאַנישע מוסולמענער, וועלכער געהערן צו פֿאַרשיידענע איסלאַמישע דענאָמינאַציעס, און 56 ייִדן. סטיווען סוליימאַן שוואַרץ, דער אויספֿיר-דירעקטאָר בײַם וואַשינגטאָנער צענטער פֿון איסלאַמישן פּלוראַליזם, האָט דערציילט, אַז די אַלבאַנישע סוניטן, סופֿי-מוסולמענער, קריסטן און ייִדן פֿילן דאָס וואַרעמע געפֿיל פֿון אַלגעמיינער לאַנדמאַנשאַפֿט, וווינענדיק אינעם זעלבן שטעטל.
נישט געקוקט אויף דער אָרטיקער פֿרײַנדלעכער אַטמאָספֿער, האָט פּריזרען געליטן פֿון עטנישע קאָנפֿליקטן במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר, נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון יוגאָסלאַוויע. די סערבישע אַרמיי האָט „אויסגערייניקט‟ עטלעכע ראַיאָנען אין דער שטאָט פֿון די אַלבאַנער. אינעם יאָר 1999, האָבן די אַלבאַנער, פֿון זייער זײַט, אַרויסגעטריבן כּמעט אַלע סערבן און פּאָגראַמירט די איבעריקע סערבישע אײַנוווינער מיט 5 יאָר שפּעטער.
שוואַרץ האָט דערקלערט, אַז הגם פּריזרען איז, אין אַלגעמיין, אַ שטילע שטאָט, קאָנען די אַלבאַנער און סערבן נישט פֿאַרטראָגן איינער דעם צווייטן. אין דער געשיכטע פֿון די פֿרײַנדלעכע באַציִונגען צווישן די אָרטיקע ייִדן און מוסולמונער האָט דער ייִדישער חורבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע. אין אַפּריל 1941, האָט אַלבאַניע, אונטערן קאָנטראָל פֿון דער פֿאַשיסטישער איטאַליע, אַנעקסירט קאָסאָוואָ. אין סעפּטעמבער 1943, זענען ביידע טעריטאָריעס אַריבער צו דער דײַטשישער מאַכט.
ווען די נאַציס האָבן באַפֿוילן איבערצוגעבן זיי די ייִדן, האָבן די אַלבאַנער זיך אָפּגעזאָגט צו קאָאָפּערירן. זיי האָבן אויסבאַהאַלטן די ייִדן אין זייערע שטיבער, באַזאָרגט זיי מיטן עסן און בגדים, געגעבן זיי מוסולמענישע נעמען און פֿאַלשע דאָקומענטן. אין קאָסאָוואָ, זענען 258 ייִדן דעפּאָרטירט געוואָרן אינעם קאָנצענטראַציע-לאַגער בערגען-בעלזען; 92 פֿון זיי זענען אומגעקומען. מער ווי 2,000 ייִדישע תּושבֿים פֿונעם ראַיאָן האָבן אָבער איבערגעלעבן די מלחמה.
שוואַרץ האָט באַמערקט, אַז צווישן די אַלבאַנער איז נישטאָ קיין אַנטיסעמיטיזם. דער פּאָליטיש-עקאָנאָמישער מצבֿ אין קאָסאָוואָ איז אָבער גאָר אַ שווערער. צום ווייניקסטן 45 פּראָצענט פֿון די תּושבֿים זענען אַרבעטלאָז. די אָרטיקע ייִדן באַקומען כּסדר הילף פֿונעם „דזשוינט‟. יעדן ווינטער, באַקומען די מיטגלידער פֿון דער קליינער אָרטיקער ייִדישער קהילה אַ סומע פֿון 150 דאָלאַר, וועלכע העלפֿט זיי צו באַהייצן זייערע היימען.
דעמירי האָט דערציילט, אַז אינעם יאָר 2001 זענען צוויי ייִדישע משפּחות אַוועקגעפֿאָרן פֿון זײַן שטאָט קיין ישׂראל, צוליב דעם שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ. די קליינטשיקע קהילה עקזיסטירט בלויז אַ דאַנק דער שטיצע פֿון אויסלאַנד. ס׳רובֿ אָרטיקע ייִדן זענען זייער אָרעם. ס׳איז נישטאָ קיין שיל; דעמירי האָפֿט צו באַקומען אַ רעסטיטוציע פֿאַרן אָרט, וווּ אַן אַלטע שיל איז געשטאַנען פֿאַר דער מלחמה, און עפֿענען דאָרטן אַ נײַעם קהילה-צענטער מיט אַ שילעכל. דערווײַל האָט זיך אים דאָס אָבער נישט אײַנגעגעבן.
נישט געקוקט אויף די שוועריקייט, פּרוּווט די קליינע פּריזרענער קהילה צו פּראַווען אַלע שבתים און יום-טובֿים. אָפֿטמאָל פֿאַרזאַמלען זיי זיך אינעם „ייִדישן הויז‟. דעמירי האָט געזאָגט, אַז אויף דעם הײַנטיקן מאָמענט, פֿירט ער אויס די ראָלעס פֿונעם קהילה-פּרעזידענט, רבֿ און חזן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.