די דאָליע פֿון אַ ייִדישן לערער איז נישט קיין פֿויגלדיקע, ס’גייט קיינעם נישט אָן, אַז דער ייִדישער לערער איז אַ יוצא־מן־הכּלל־לערער. ער ווערט אָבער קיין מאָל נישט אַנערקענט, קיינער קוקט זיך אַפֿילו נישט אום אויף אים אָדער איר; דער פֿאַקט, אַז זיי ציִען צו אַ שלל תּלמידים, איז ווערט אַן אויסגעבלאָזן איי, די וועלט פֿון ייִדיש איז גלײַכגילטיק דערצו, זי שאַצט נישט אָפּ און זי פֿאַרגינט נישט. דעריבער איז פּסח פֿישמאַן אַרומגעגעגאַנגען אַלעמאָל פֿאַרכמורעט, דערשלאָגן, פֿאַרווייטיקט און ביטער. די איינציקע טרייסט זײַנע זײַנען געווען זײַנע תּלמידים. זיי האָבן אים אָפּגעשאַצט און געווען צוגעבונדן צו אים יאָרן לאַנג, דאָס הייסט, ביז זײַן פּטירה.
ווען איך בין געגאַנגען אין ייִדישן לערער־סעמינאַר, סוף 1950ער יאָרן, האָבן מײַנע לערער — קאַזשדאַן, מינקאָוו און כאַרלאַש, געוויינט ווי די בינען. זיי האָבן באַוויינט זייער דאָליע, ווי מ’באַוויינט אַ מת. איך האָב זייער ווייניק פֿאַרשטאַנען דערפֿון, געווען צו יונג און נאַיִוו, דאָך, האָב איך געשפּירט, אַז עפּעס איז נישט אַזוי אין אונדזערע קאַנטן.
מײַן באַליבטסטער לערער קאַזשדאַן האָט געקלאָגט אויף דער נאַטשאַלסטווע, אויף די וואָס זיצן בײַ דער שיסל; די אויבערדעקלעך קאָמיסאַרן גייט גאָרנישט אָן דער גאַנצער עסק. דער לערער-געהאַלט איז געווען אַ לויזיקער, די באַהאַנדלונג אַ פּאָסקודנע און דאָס נישט אַנערקענען, נישט אָפּשאַצן זייער מי איז געווען אַ שאַנד־פֿלעק אין דער וועלט פֿון ייִדיש. די קאָמיסאַרן האָבן זיך געהאַלטן פֿעסט בײַ זייערע שטעלעס, מיט ביוראָען, סעקרעטאַרקעס, טעלעפֿאָנען, אַ גוט געהאַלט און אַ שיינער פּענסיע. איז פּסח פֿישמאַן אַרײַנגעפֿאַלן אין דעם געמויזעכץ.
ער איז געווען אַ לערער אין בוענאָס־אײַרעס אין אַ פּרץ־שול, מיט הונדערטער תּלמידים. די פּאָליטישע לאַגע האָט זיך דאָרט געביטן און טאַטע־מאַמע האָבן אים צוגערעדט צו אַנטלויפֿן פֿון יענעם גהינום. איז ער געקומען קיין ניו־יאָרק צו לערנען קינדער ייִדיש.
עס איז געווען אַ צײַט, ווען מיר האָבן פּונקט דעמאָלט געקויפֿט אַ הויז אין דער בראָנקס. איז אָנגעקומען מײַנס אַ גוטע באַקאַנטע, אויך אַ ייִדישע לערערין מיטן נאָמען גיטל ראַק, און מיטגעברענגט מיט זיך אַ יונגנמאַן, אַן אויסגעצאַרטן, מיט אַן איידל פּנים, און זיך נאָכגעפֿרעגט, צי מיר האָבן אַ דירהלע מיט אַן אייגענעם אַרײַנגאַנג. דער אמת איז, אַז מיר האָבן יאָ געהאַט אַ שטיקעלע וווינונג אויפֿן פּאַרטער און עס אים פֿאָרגעלייגט. ביידע, סײַ גיטל און סײַ פּסח, זײַנען געווען גליקלעך, אַרײַנגערעכנט מיך מיט מענדלען, ווײַל קיין גרויסע ווירטן זײַנען מיר בכלל נישט געווען.
האָט מען זיך גלײַך צוגעבונדן צו פּסחן. איך האָב אים גערופֿן פּענעק, און ער מיך מירעלע. ער האָט זיך דעמאָלט געשלעפּט מיט באַנען און אויטאָבוסן קיין לאָנג־אײַלענד צו לערנען מיט יונגוואַרג ייִדיש. די רײַזע איז געווען אַ שוידערלעכע, זומער און ווינטער, און אין מיצקע דערינען איז זײַן וויזע אויסגעגאַנגען און די נאַטשאַלסטווע האָט זי געדאַרפֿט באַנײַען. יעדעס מאָל וואָס ער איז אַהיים געקומען, אויף דער נאַכט, האָט ער געציטערט ווי אַ פֿיש, די פּאָליציי זאָל אים, חלילה, נישט אַנטדעקן און אַרויסשיקן פֿון לאַנד.
די אייבערשטע פֿון שטייסל זײַנען אים דערגאַנגען די יאָרן — יאָ באַנײַען נישט באנײַען די וויזע און די שטעלע — ביז ער האָט זיך דאָראָבעט צו שרעקלעכע מיגרענען. מיר האָבן מיט אים מיטגעליטן און מיטגעטיילט זײַנע צרות. קוים־קוים האָט דער ייִדיש־קאָמיסאַר באַוויליקט צו באַנײַען זײַן וויזע מיטן באַדינג, ער זאָל אַרויספֿאָרן קיין קאַנאַדע און צוריק קומען ווי אַ נײַ־געקומענער.
פּסח האָט אָנגענומען אַ יעדע שטעלע וואָס מען האָט אים פֿאָרגעלייגט, וווּ עס זאָל נישט זײַן. אויסגעריסן זיך די קישקעס, פֿאָרנדיק אין די ווײַטע מקומות אַרום ניו־יאָרק. ער האָט אַלץ אָנגענומען באַהבֿה און עס אין אָוונט אויסגעקרענקט.
יאָרן זײַנען אַריבער, ס׳האָט זיך גאָרנישט געביטן, אחוץ… ס’איז אונטערגעקומען דײַטשלאַנד. אַ חבֿרה דײַטשע כּלי־זמרים האָבן פּסחן פֿאָרגעלייגט אַ רײַזע קיין דײַטשלאַנד און דאָרט אַרויסטרעטן פֿאַר אַן עולם. דער עולם איז באַשטאַנען פֿון יונגע דײַטשן, וועלכע האָבן זיך ממש צו אים צוגעקלעפּט. פֿישמאַן האָט דערציילט מעשׂהלעך אויף ייִדיש, פּשוטע, צומאָל קינדערישע מעשׂהלעך, בעת די חבֿרה פּאַטריאָטן זײַנען געהאָנגען פֿון די שענדאָלירן, אָנגעקוואָלן פֿון זײַן ייִדיש און זײַן דערציילערישן טאַלאַנט.
וואָס אַן אמת, איך בין פּונקט דעמאָלט געווען אין דרעזדען און אַוועק אים הערן. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ער איז געווען דער „סטאַר‟, אַן ערשטקלאַסיקער רעציטאַטאָר און געהאַט גרויס הנאה פֿון זײַן נײַער קאַריערע. דאָרט האָט מען אים געטראָגן אויף די הענט, זיך געצאַצקעט מיט אים, ווי מ’וואָלט אין אים אַרײַנגעזעצט אַ נײַע נשמה.
אָט שטייט ער מיר פֿאַר די אויגן, פֿול מיט ליבשאַפֿט פֿאַר אונדזער לשון, ער וואָלט געלאָפֿן עק וועלט צו טיילן זיך מיט זײַן קענטשאַפֿט און אויפֿריכטיקע ליבשאַפֿט פֿאַר מאַמע־לשון. יענער דור ייִדישע לערער, אמתדיקע ייִדיש קענער, ווערן נעלם, זייער אָרט פֿאַרנעמען הײַנט מענטשן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס נויטיקן זיך אין קענטשאַפֿט, נישט נאָר אינעם אלף־בית, נאָר אויך וויסן פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן.
מענטשן נישט פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, וואָס פֿאַרנעמען זיך הײַנט מיט לערנען ייִדיש, זענען זיי אויפֿן שפּיץ מעסער; דער עיקר, די אַרבעטס־געבער גייט עס נישט אָן. וואָס וויינען מיר אויפֿן גורל פֿון ייִדיש, ווען מיר האָבן אַליין נישט צוגעגרייט קיין לערער.
נישט איין מאָל האָב איך געשריבן וועגן פּסח פֿישמאַנען, ווײַל ער האָט געלעבט און געדעכעט ייִדיש. זאָל ער האָבן דעם ליכטיקן גן־עדן און מיִען זיך פֿאַר אונדזער גורל.
צו לייענען אַ פֿריִער געדרוקטן אַרטיקל פֿון מרים האָפֿמאַן וועגן פּסח פֿישמאַן גיט אַ קוק אויף: https://yiddish2.forward.com/node/1852
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.