איך האָב אַרײַנגעקוקט אין דער מער אָדער ווייניקער פֿרישער סטאַטיסטיק פֿון דער עליה. פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד קומען לעצטנס קיין ישׂראל אַרום זיבן טויזנט נפֿשות, וואָס איז נאָך אַלץ אַ היפּשער חלק פֿון דער גאַנצער עליה (ווייניקער פֿון 17 טויזנט אין יאָר 2012). ווען מע קוקט זיך אײַן אין די סטאַטיסטישע טאַבעלעס, וואָס זײַנען צוטריטלעך אין אינטערנעץ, וואַרפֿט זיך אין די אויגן, אַז אַריבער אַ פֿערטל פֿון די אָנגעקומענע פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע וכ’ זײַנען עלטער פֿון 55 יאָר.
פֿאַר וואָס האָב איך גענומען לייענען די סטאַטיסטיק, גלײַך ווי קיין אַנדערע דאגות האָב איך שוין ניט? פֿאַרבונדן איז עס מיט די צוויי „סקײַפּ‟-שמועסן, וואָס איך האָב געהאַט אין די לעצטע טעג. ביידע זײַנען געווען מיט מײַנע שוועסטערקינדער (איינער פֿון זיי איז אַ גליד-שוועסטערקינד), וועלכע וווינען שוין לאַנג אין ישׂראל. און ביידע (זיי קענען ניט איינער דעם אַנדערן) האָבן זיך גלײַך ווי צונויפֿגערעדט און מיר דערציילט ענלעכע געשיכטעס וועגן זייערע שוועסטערקינדער, וועלכע געהערן ניט צו מײַן צד און איך קען זיי ניט.
די רייד איז אין די מעשׂיות געגאַנגען וועגן צוויי פּאָרפֿעלקער, זייער פֿאַרמעגלעכע (איינע האָבן פֿיר צענדליק קראָמען אין דרום-רוסלאַנד, די צווייטע באַלעבאַטעווען איבער עפּעס אַ געשעפֿט אין מאָסקווע), אָבער זיי זײַנען פֿאָרט געקומען קיין ישׂראל, פּינקטלעכער, עולה געווען. תּחילת האָב איך געמיינט, אַז מע דערציילט מיר וועגן ייִדן, וועלכע האָבן זיך איבערגעשראָקן, ווײַל אין רוסלאַנד מאַכן זיך אַזעלכע זאַכן; אָדער די געשעפֿטן זײַנען קרום (און וואָס איז טאַקע „גלײַך‟ אין רוסלאַנד?), אָדער עמעצער, באמת אַ שטאַרקער און געפֿערלעכער, וויל אַרויפֿלייגן זײַן האַנט אויף דעם ביזנעס, אָדער נאָך עפּעס אַ סיבה.
לאָזט זיך אויס, אָבער, אַז זיי זײַנען עולה געווען צוליב מעדיצין. מע ווערט עלטער און עס הייבט זיך אָן צעשרויפֿן אַ רוקן, אַ מאָגן, אַ האַרץ, און אַזוי ווײַטער. די רוסישע (ווי אויך אוקראַיִנער וכ’) מעדיצין איז ווײַט פֿון הויכע סטאַנדאַרטן, בעת די ישׂראלדיקע מעדיצין האָט אַ גוטן שם. ווערט מען ישׂראלים. בפֿרט נאָך, אַז רוסיש רעדט מען דאָך אין אַלע שפּיטאָלן. אַגבֿ, פֿון דעם ערשטן מײַ מוזן די אַפּטייקן אין ישׂראל פֿאַרקויפֿן אַלע רפֿואות מיט רוסישע אינסטרוקציעס, אַנדערש שטראַפֿירט מען זיי. אַזוי שטייט בפֿירוש געשריבן אין דעם נײַעם געזעץ, וואָס די כּנסת האָט אָנגענומען.
איך ווייס ניט דעם פֿאַרנעם פֿון דער „מעדיצין-עליה‟, אָבער זי עקזיסטירט. די מענטשן, וועגן וועלכע מע האָט מיר דערציילט, קלײַבן זיך ניט צו וווינען די גאַנצע צײַט אין ישׂראל. די געשעפֿטן זייערע זײַנען דאָך נאָך אַלץ אין רוסלאַנד; און די קינדער זייערע זײַנען דאָרטן. וועלן זיי אַרומפֿאָרן אַהין און אַהער, ווי עס טוען טויזנטער מענטשן. מײַן ווײַב האָט עלטערע קרובֿים, וואָס האָבן זיך שוין לאַנג אומגעקערט פֿון ישׂראל קיין מאָסקווע, אָבער פֿון מאָל צו מאָל כאַפּן זיי זיך אַרײַן קיין ישׂראל, כּדי באַנײַען דעם זאַפּאַס פֿון רפֿואות.
* * *
עטלעכע טעג זײַנען בײַ אונדז געווען געסט פֿון ישׂראל. זייער סימפּאַטישע מענטשן. איך געדענק, ווי איך בין בײַ זיי געווען מיט 22 יאָר צוריק, ממש עטלעכע חדשים נאָך זייער עליה. די שטימונג איז בײַ זיי דעמאָלט געווען זייער אַ טרויעריקע. אין מאָסקווע האָבן זיי געוווינט זייער גוט, און ישׂראל זײַנען זיי די ערשטע צײַט געווען ערגעץ אויפֿן דנאָ. זיי האָבן שוין אַפֿילו געטראַכט איבערצולאָזן אַלץ און זיך אומקערן קיין רוסלאַנד. אָבער די צײַט און, קודם-כּל, זייער אַרבעט האָבן אַלץ געביטן — זיי שטייען איצט פֿעסט אויף די פֿיס. אמת, דער מאַן, אַ דערפֿאַרענער בויוּנג-אינזשעניר, אַרבעט די לעצטע יאָרן אין מאָסקווע, פֿירט דאָרטן אָן מיט בויוּנגען פֿון ריזיקע אָביעקטן. אין ישׂראל האָט ער וועגן אַזאַ אַרבעט ניט געקענט טרוימען. אָבער די משפּחה איז געבליבן אין ירושלים, און ער האַלט זיך מער פֿאַר אַ ישׂראלי, איידער פֿאַר אַ „רוס‟.
דער זון זייערער דינט איצט אין דער אַרמיי, אַזוי אַז זיי זײַנען געקומען נאָר מיט דער טאָכטער, וואָס איז געבוירן געוואָרן מיט 16 יאָר צוריק שוין אין ירושלים. מע קוקט אויף איר און מע זעט דעם פֿאַרשפּרייטן פֿענאָמען: די עלטערן זעען אויס אויסגעשפּראָכן מיזרח-אייראָפּעיִש, און די קינדער זעען שוין אויס, בדרך-כּלל, ישׂראלדיק. איך ווייס ניט, ווי אַזוי דערקלערן עס די גענעטיקער, אָבער דעם פֿאַקט איז שווער צו פֿאַרזען. פֿאָרט רעדט דאָס 16־יאָריק מיידל רוסיש זייער גוט. פֿרעג איך בײַ איר:
„ווער זײַנען דײַנע חבֿרטעס? פֿון רוסיש-רעדנדיקע משפּחות צי אַנדערע?‟
„כּמעט אַלע זײַנען רוסישע.‟
„און וואָס פֿאַר אַ שפּראַך רעדט איר צווישן זיך?‟
„רוסיש, פֿאַרשטייט זיך. ס’איז באַקוועם, ווײַל אַנדערע פֿאַרשטייען אונדז ניט.‟
הקיצור, לעבט רוסיש ווײַטער אין ישׂראל, ווי אַ ייִדישע שפּראַך, אַ פּנים, וואָס ווערט גערעדט טאָג-טעגלעך דורך הונדערטער טויזנטער ישׂראלים. בפֿרט נאָך, אַז 730 טויזנט לײַט פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע האָבן פֿאַראַיאָרן באַזוכט ישׂראל, וואָס איז מער ווי די צאָל באַזוכער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן (610 טויזנט), פֿראַנקרײַך (300 טויזנט), דײַטשלאַנד (230 טויזנט) צי גרויס-בריטאַניע (208 טויזנט). שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז אַ היפּשער חלק פֿון די דאָזיקע אַמעריקאַנער און דײַטשישע באַזוכער רעדן אין דער היים רוסיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.