ווי איינע, וואָס שרײַבט אָפֿט וועגן טשיקאַווע ערטער איבער דער וועלט, בין איך פֿאַרכאַפּט געוואָרן, ווען כ׳האָב זיך דערוווּסט וועגן אַ שטעטל, 40 מײַל פֿון לאַפֿאַיעט, לויִזיאַנע, מיטן זעלבן נאָמען ווי מײַנער — בפֿרט אַזאַ ייִדישער נאָמען.
ווערמיליאָן פּאַריש, — דער ראַיאָן, וווּ עס געפֿינט זיך דאָס שטעטל קאַפּלאַן — איז נישט קיין אָרט, וווּ מע ריכט זיך צו געפֿינען ייִדן; די געגנט איז באַרימט פֿאַר אירע טריפֿענע „קיידזשון‟ פּאָטראַוועס. אַפֿילו דער לאָגאָ פֿון איר טוריסטן־קאָמיסיע איז אַ ראַק, וועלכער זיצט אין אַ זופּטאָפּ און שפּילט פֿון אַקאָרדיאָן.
הײַנט וווינען אין קאַפּלאַן ווייניקער ווי 5,000 מענטשן, און ס׳רובֿ פֿון די הײַזער זענען פּשוטע ציגלנע געבײַדעס. קיין סך געשעפֿטן זעט מען נישט: בלויז אַ Piggly Wiggly שפּײַזקראָם, אַ מציאות־געשעפֿט און אַ גאַנצע ריי געשלאָסענע געוועלבן.
דער גרינדער פֿונעם שטעטל, אַבֿרהם קאַפּלאַן, איז געווען אַן אָרעמער אימיגראַנט, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן אַ רײַז־מאַגנאַט. געבוירן אין מאָסט, פּוילן, אין 1872, איז ער אָנגעקומען אין ניו־יאָרק צו 15 יאָר, אָן געלט, און אָן אַ היים. דער מענטש, וואָס ער האָט געמיינט וועט אים אויפֿנעמען בײַם האַוון, האָט זיך קיין מאָל נישט באַוויזן. האָט דער בחור געוואַנדערט איבער דער שטאָט, ביז ער האָט זיך באַגעגנט מיט אַ רבֿ און שנאַפּס־ברענער, וועלכער האָט אַ מאָל געאַרבעט פֿאַר זײַן טאַטן אין מאָסט. מיט זײַן הילף האָט קאַפּלאַן אײַנגעקויפֿט פֿאַרשידענע הויז־טשאַטשקעס, און געוואָרן אַ פּעדלער — צו ערשט, אין מיזרח־ברוקלין, און שפּעטער, אין קאָנעטיקאָט.
ער האָט זיך דערוווּסט וועגן „אַ נײַעם לאַנד אינעם דרום־מערבֿדיקן טייל פֿון אַמעריקע‟, און צו 18 יאָר האָט ער זיך באַזעצט אין קראַולי, לויִזיאַנע.
קאַפּלאַן האָט דאָרט גיך זיך דערשלאָגן אַ פֿינאַנציעלן און איז געוואָרן אַ כּלל־טוער; האָט ער געהאַט אַ האַנט אין כּמעט יעדן פּרט פֿון די אָרטיקע געשעפֿטן. הונדערטער טויזנטער אַקער פֿאַרמלאַנד האָבן געטראָגן זײַן נאָמען. ער האָט אויך אַ סך געהאָלפֿן די ייִדישע אימיגראַטן זיך צו באַזעצן אין אַמעריקע.
די ערשטע ייִדן אין לויִזיאַנע זענען אָנגעקומען אָנהייב 18טן יאָרהונדערט, אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן זיך באַזעצט אין דער שטאָט ניו־אָרלינס. אַ קליינע צאָל ייִדישע סוחרים, באַנקירן און אונטערנעמער האָבן טאַקע דערגרייכט דעם נישט־אַנטוויקלטן דרום־מערבֿדיקן טייל פֿונעם שטאַט. ווען קאַפּלאַן איז אָנגעקומען אַהין אין די 1890ער, איז ער געווען דער איינציקער ייִד, וואָס מע האָט אַ שטעטל שפּעטער אַ נאָמען געגעבן נאָך אים.
פֿון דעסטוועגן, ווייסן זייער ווייניק אָרטיקע אײַנוווינער, ווער קאַפּלאַן איז געווען. האָב איך אויסגעשטאַט אַ וויזיט אינעם אוניווערסיטעט פֿון לויִזיאַנע אין לאַפֿאַיעט, וווּ ס׳געפֿינט זיך דער אַרכיוו פֿון קאַפּלאַנס פּערזענלעכע דאָקומענטן. אין 54 טאָגביכער, שרײַבט קאַפּלאַן מיט אַ שיינער האַנטשריפֿט די פּרטים פֿון געשעפֿט־האַנדלונגען: וועגן באַנען, אויטאָס, דאַמבעס, קאַנאַלן, פּראָטאָקאָלן פֿון זיצונגען — און אויך וועטער־באַריכטן.
אין 1903 איז אָפֿיציעל געגרינדעט געוואָרן דאָס שטעטל קאַפּלאַן. ניצנדיק זײַן אייגן געלט, האָט קאַפּלאַן איבערצײַגט די באַן־באַאַמטע צו פֿאַרלענגערן די רעלסן פֿון קיידאַן קיין קאַפּלאַן, און דערבײַ פֿאַרגרינגערט די קאָמערציעלע אַנטוויקלונג פֿונעם נײַעם שטעטל.
צום מערסטן, איז קאַפּלאַן באַקאַנט געוואָרן פֿאַר זײַן רײַז־געשעפֿט. די ערשטע קאָלאָניסטן פֿלעגן וואַרפֿן רײַז־זוימען אין די לויִזיאַנער זומפּן, האָפֿנדיק, אַז עפּעס וועט שפּראָצן, אָבער קאַפּלאַן האָט זיך דערטראַכט צו אַ גרויסער אינאָוואַציע, וואָס האָט אים שטאַרק צוגעשפּילט: אַ מיטל צו קאָנטראָלירן פֿאַרפֿלייצונגען, דורך אַרײַנלאָזן פֿרישן וואַסער און נישט זאַלצוואַסער, וואָס וואָלט אַ תּל געמאַכט פֿונעם שניט.
קאַפּלאַנס המצאה האָט געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען „די גרעסטע באַוואַסערונג־סיסטעם אויף דער וועלט‟, האָט געשריבן וויטני לין ברוסאַר, אַ געוועזענער עקזעקוטיוו פֿון דער רײַז־אינדטסוריע, וואָס האָט געשריבן זײַן מאַגיסטער־טעזע אין יאָר 1999 וועגן קאַפּלאַנס ערשטע יאָרן אין לויִזיאַנע. „ס׳איז אומגלייבלעך, אַז איין מענטש האָט געקאָנט אויפֿטאָן אַזוי פֿיל במשך פֿון אַזאַ קורצער צײַט.‟
אין די אָנהייב 1920ער יאָרן איז קאַפּלאַן געווען דער גרעסטער שטײַער־צאָלער אין דרום־מערבֿ לויִזיאַנע, און אין 1922 האָט דער אַגריקולטור־סעקרעטאַר, הענרי וואַלאַס, אים פֿאַרבעטן קיין וואַשינגטאָן אויף אַ געשעפֿט־קאָנפֿערענץ, און ער האָט אַפֿילו געגעסן אין „ווײַסן הויז‟ מיטן פּרעזידענט וואַרען האַרדינג און זײַן קאַבינעט.
במשך פֿון זײַן לעבן האָט קאַפּלאַן נישט פֿאַרגעסן אין זײַנע ייִדישע וואָרצלען. ער איז געזעסן אויף דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם „בית־עולם פֿאַרבאַנד פֿון לאַפֿאַיעט‟, און זײַן ערשטע פֿרוי איז געווען אין דער שוועסטערשאַפֿט („סיסטערהוד‟) פֿון דער סינאַגאָגע, Gates of Prayer, אין ניו־איבעריע.
קאַפּלאַנס הויז האָט מען שוין לאַנג אַראָפּגעריסן, אָבער אינעם דערבײַיִקן שטעטל אַביוויל, שטייען נאָך די באַנסטאַנציע און די רײַזמיל, וואָס קאַפּלאַן האָט געבויט. די מיל זשומעט מיטן זעלבן כּוח, וואָס ס׳האָט דערמעגלעכט דעם ראַיאָן זיך צו אַנטוויקלען מער ווי מיט הונדערט יאָר צוריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.