אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָט דער לייענער באַקומען אַ קורצע געשיכטע פֿון דער אַלט־ענגלישער ליטעראַטור, ווי אויך (נאָך קירצער) דעם סיפּור־המעשׂה פֿונעם קלאַסישן אַנגלאָ־סאַקסישן עפּאָס “בעאָוווּלף”. די וואָס געדענקען ניט דאַרף איך נאָר דערמאָנען, אַז דאָרט האַנדלט זיך וועגן אַ סקאַנדינאַווישן העלד פֿון פֿאַר צײַטנס, וואָס שלאָגט זיך מיט פֿאַרשיידענע מאָנסטערס, ירשנט דעם טראָן און קיניגט 50 יאָר, איידער ער שטאַרבט, צום סוף, אין קאַמף מיט אַ שרעקלעכן דראַקאָן.
בכלל שטעלט בעאָוווּלף מיט זיך פֿאָר אַ רײַכן שטאָף פֿאַר ייִנגלשע קאָמיק־ביכער און ביליקע אַוואַנטורע־פֿילמען; אין די פֿאַרגאַנגענע 15 יאָר זײַנען אַרויס גאַנצע 4 פֿילמען אַזעלכע, באַזירט אויף דעם עפּאָס, יעדער איינער נאָך ערגער ווי די פֿריִערדיקע. די קריטיקער זײַנען אויך ווײַט ניט אַלע מסכּים בנוגע דער ליטעראַרישער קוואַליטעט פֿון “בעאָוווּלף”. אַפֿילו אַזאַ אַנגלאָ־סאַקסאָניסט ווי טאָלקין (J.R.R. Tolkien), דער מחבר פֿונעם “האָביט” און פֿונעם “האַר פֿון די רינגען”, האָט מודה געווען, אַז “בעאָוווּלף” קען זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט די גרויסע קלאַסישע עפּאָסן, ווי די “איליאַדע” און די “ענעיִדע”.
פֿון דעסטוועגן, מוז איך אַליין מודה זײַן, אַז דער שרײַבער פֿון די שורות איז אַ מאָל געווען שטאַרק פֿאַרקאָכט אין “בעאָוווּלף”. אפֿשר אַ יאָר צײַט האָב איך געטראַכט זיך אָפּגעבן מיט דער אַלט־ענגלישער פֿילאָלאָגיע און פֿאַרבראַכט יעדע פֿרײַע מינוט מיטן דאָזיקן סקאַנדינאַווישן העלד. איך האָב געמאַכט אַ פֿאַרגלײַך פֿון די פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס — אַרײַנגערעכנט די גרויסע, קלאַסישע אויסגאַבע פֿון פֿרידריך קלעבער — און געלערנט פּריוואַט בײַ אַ רבין, אַן אַנגלאָ־סאַקסאָניסט. איך פֿלעג אויפֿשטיין פֿאַר טאָגס, מאַכן אַ שפּאַציר אין פּאַרק, און רעציטירן דעם עפּאָס, וואָס איך האָב געוואָלט אויסלערנען אויף אויסנווייניק; דעם גאַנצן טעקסט האָב איך אויפֿגעשריבן אויף אינדעקס־קאַרטלעך, איך זאָל אים קענען גרינגער דורכבלעטערן.
אין דרויסן זײַנען אויף די פֿינצטערע וועגן כּמעט ניט געווען קיין מענטשן, נאָר איינזאַמע לויפֿער, וואָס זײַנען גיך פֿאַרבײַגעגאַנגען. בלויז די וועווריקעס, וואָס שטייען אויך אויף גאַנץ פֿרי, האָבן אָנגעשפּיצט די אויערן און זיך צוגעהערט צו מײַן רעציטאַציע. אָדער זיי האָבן כאָטש געמאַכט דעם אָנשטעל.
מיר איז אָבער ניט אויסגעקומען צו ווערן אַן אַנגלאָ־סאַקסאָניסט. איך בין אַוועק אויף אַנדערע דרכים און האָב דעם עפּאָס זיך קיין מאָל ניט אויסגעלערנט אין גאַנצן. דאָס רעציטירן איז מיר געקומען צו נוץ נאָר איין מאָל אין אַ נאָווענע, כּדי צו מאַכן אַן אײַנדרוק אויף מיידלעך. ווי ווײַט עס האָט זיי אימפּאָנירט, איז אַ ספֿק — אָדער אפֿשר האָב איך ניט גערעדט מיט די ריכטיקע מיידלעך.
פֿון דעסטוועגן, האָב איך זיך קיין מאָל אין גאַנצן ניט באַפֿרײַט פֿון דער בעאָוווּלף־מאַניע. צוויי מאָל בין איך בײַגעווען בײַ אַן אויפֿטריט פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלן בעאָוווּלף־רעציטאַטאָר, באַגלייט מיט אַ האַרף. (לאַכט נישט! איר קענט אים זען דאָ: //www.youtube.com/watch?v=E806VmFC8io) אַן אַלטער חלום מײַנער איז איבערצוזעצן דעם טעקסט אויף ייִדיש; אַן אָנהייב האָב איך געמאַכט מיט 9 יאָר צוריק אויפֿן “ייִדיש-טאָג” פֿון “יוגנטרוף”.
שאַט!
מיר האָבן געהערט פֿון דער הערלעכקייט
פֿון די פֿעלקער־קעניגן פֿון פֿאַר צײַטנס
ווי די שפּיז־דענער האָבן געשפּילט אין קאַמף.
אָפֿט האָט שילד סנאָפּס זון געשאָטן מיט פּעך
און שוועבל אויף שׂונאים פֿון שבֿטים פֿאַרשיידענע
זײַנע פֿײַנד געמאַכט פֿאָרכטיק געפֿונען האָט מען אים
אַ ביטערן יתום אָבער ס׳איז אים בעסער געוואָרן
געוואָקסן אונטער וואָלקנס איז ער וויכטיק געוואָרן
ביז יעדער איינער אַרום און אַרום
איבערן וואַלפֿיש־וועג האָט אים פֿאָלגן געדאַרפֿט
כּבֿוד אָפּגעבן אַ קעניג איז דאָס געווען!
דער וויכטיקסטער בעאָוווּלף־פֿאָרשער פֿון 20סטן יאָרהונדערט איז מסתּמא געווען דער דײַטשער פֿילאָלאָג פֿרידריך קלעבער, וואָס איז מיט הונדערט יאָר צוריק געווען פּראָפֿעסאָר בײַם אוניווערסיטעט פֿון מינעסאָטאַ. דאָרט האָב איך שטודירט צוויי יאָר און אין מײַנע צײַטן איז נאָך געשטאַנען אויפֿן קאַמפּוס אַ מיאוסער בנין מיטן נאָמען “קלעבער־הויף” (Klaeber Court), וואָס מע האָט אים מיט צוויי יאָר צוריק אַראָפּגעריסן. אין אוניווערסיטעט־אַרכיוו האָבן זיך אויך געפֿונען אַ צאָל בריוו און דאָקומענטן פֿון קלעבער, וואָס האָבן דערציילט וועגן דער לעצטער תּקופֿה פֿון זײַן לעבן.
פֿרידריך קלעבער האָט באַקומען זײַן דאָקטאָר־טיטל אין 1892 פֿונעם בערלינער אוניווערסיטעט און האָט זײַן גאַנץ לעבן זיך אויסגעצייכנט מיט אַלטדײַטשער גרינטלעכקייט און התמדה. שוין אין 1893 איז ער געוואָרן פּראָפֿעסאָר אין מינעסאָטאַ און האָט אָנגעהויבן צוצוגרייטן זײַן בעאָוווּלף־אויסגאַבע. אַוודאי האָט ער שוין לאַנג געקענט דעם עפּאָס אויף אויסנווייניק, אָבער ער האָט ווײַטער געאַרבעט 30 יאָר, ביז די ערשטע אויסגאַבע איז אַרויס אין 1922. דערנאָך איז אַרויס אַ צווייטע, אַ פֿאַרגרעסערטע, אין 1936, און אַ דריטע, מיט אַ הוספֿה, אין 1950.
קלעבערס “בעאָוווּלף”, וואָס נעמט אַרײַן אַ פּרטימדיקן קאָמענטאַר און וויסנשאַפֿטלעכן אַפּאַראַט, איז געבליבן דער מאָסגיביקער טעקסט, געניצט פֿון כּמעט אַלע סטודענטן פֿון דער אַלט־ענגלישער ליטעראַטור, ביזן יאָר 2008. דעמאָלט איז אַרויס אַ נײַע, אין גאַנצן איבערגעשריבענע אויסגאַבע, צוגעגרייט פֿון דרײַ וויכטיקע פֿאָרשער; אָבער לכּבֿוד דעם אָריגינאַל הייסט זי אויך “קלעבערס בעאָוווּלף”.
אויב פֿרידריך קלעבער האָט אַרויסגעוויזן אַ סך מעלות פֿון דער דײַטשער קולטור, האָט ער אויך געהאַט עטלעכע חסרונות. מינעסאָטאַ איז אין יענע יאָרן געווען אַ רײַכער באָדן פֿאַר דײַטשן נאַציאָנאַליזם און אַנטיסעמיטיזם. כאָטש קלעבער שרײַבט גאָרניט וועגן ייִדן אין זײַנע בריוו, איז דאָס ניט־שרײַבן אַליין אַ גוטער סימן.
נאָך דער פּענסיע, אין 1931, איז ער אַהיימגעפֿאָרן און האָט זיך צוריק באַזעצט אין בערלין. ער האָט דאָרט אין די היטלער־יאָרן ווײַטער געפֿאָרשט, געלערנט אין אוניווערסיטעט אַ פּאָר קורסן, און בכלל אויסגעדריקט זײַן צופֿרידנקייט מיט זײַן לעבן. די אַמעריקאַנער פֿרײַנד און סטודענטן פֿון אַ מאָל פֿלעגן צו אים קומען צו גאַסט. אין אַפּריל 1939 שרײַבט ער וועגן דער “אײַנגענעמער, געלערנטער אַטמאָספֿער […] דאָ פֿעלט טאַקע ניט קיין וויסנשאַפֿטלעכע אינספּיראַציע”.
לויט אַלע סימנים איז קלעבער ניט געווען קיין גרויסער נאַציאָנאַליסט, אָבער ער איז געווען בלינד און גלײַכגילטיק צום פּאָליטישן מצבֿ, געהאַט נאָר אין זינען זײַן פֿאָרשונג. דאָס זעלבע קען מען מסתּמא זאָגן וועגן אַ סך דײַטשע פּראָפֿעסאָרן פֿון יענער תּקופֿה; זיי זײַנען ניט געווען קיין נאַציס, אָבער קעגן די נאַציס האָבן זיי אויך גאָרניט געטאָן — דאָס איז ניט געווען זייער עסק. און ייִדן — אַוודאי ניט. שפּעטער האָבן אַ טייל פֿון זיי אײַנגעזען זייער טעות.
ווען די מלחמה מיט אַמעריקע האָט אויסגעבראָכן סוף 1941, האָט קלעבער גלײַך פֿאַרלוירן זײַן אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט. אין 1944 איז זײַן היים מיט זײַן פּרעכטיקער ביבליאָטעק צעשטערט געוואָרן פֿון די אַמעריקאַנער באָמבעס. מיטן ווײַב איז ער אַריבערגעפֿאָרן צו קרובֿים אין דער קליינער שטאָט באַד קעזען, וואָס איז שפּעטער אַרײַנגעפֿאַלן אין דער סאָוועטישער אָקופּאַציע־זאָנע. אין די יאָרן נאָך דער מלחמה האָבן זיי דאָרט ניט געלעקט קיין האָניק. זײַן ווײַב איז געשטאָרבן פֿון קעלט אין 1947. די אַמעריקאַנער פֿרײַנד האָבן אים צוגעשיקט פּעקלעך מיט עסן און אַנדערע נייטיקע זאַכן, וואָס מע האָט געדאַרפֿט אַרײַנשמוגלען פֿון דער אַמעריקאַנער זאָנע. פֿון דעסטוועגן, האָט ער ניט געקענט אַרבעטן אָן זײַן ביבליאָטעק און זײַן געזונט־צושטאַנד האָט זיך כּסדר פֿאַרערגערט. קלעבער איז געשטאָרבן אין גרויס עלנט, אַ געליימטער, אין 1954, אין עלטער פֿון 91 יאָר.
לייענענדיק זײַנע בריוו אין אַרכיוו, איז בײַ מיר דער גלאַנץ פֿון “בעאָוווּלף” אַ ביסל פֿאַרטונקלט געוואָרן, דער אַלטער כּישוף — אַ ביסל זיך אויסגעוועפּט. אין שאָטן פֿון דער מענטשלעכער טראַגעדיע פֿון דער מלחמה, וואָס איז אַוודאי אַ סך, אַ סך גרעסער ווי קלעבערס פּערזענלעכער אומגליק, איז די גאַנצע “פּראַכט” און “הערלעכקייט” פֿון די מיטל־עלטערלעעכע באַרבאַרן אַן אַבסורד. אונדזערע מאָנסטערס זײַנען אָן אַ שיעור ערגער, ווי בעאָוווּלפֿס שׂונאים, און אונדזערע העלדן — אַ סך מער העלדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.