אינעם טאָל פֿונעם האָדסאָן־טײַך אין ניו־יאָרק, אַן אָנדערט־האַלב שעה צו פֿאָרן פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק, ליגט די זומער־קאָלאָניע פֿון דער „אַרבעטער־רינג‟־אָרגאַניזאַציע. איין העלפֿט געהערט דעם „קינדער־רינג‟ פֿאַר די קינדער, און די צווייטע העלפֿט „סוירקל־לאָדזש‟ — פֿאַר די דערוואַקסענע. אין 1927 האָט מען געגרינדעט דעם קעמפּ אויף דער שיינער „סילוואַן־אָזערע‟, אין אַ צײַט ווען נאָך אַ טוץ אַנדערע ייִדישע קולטור־קאָלאָניעס האָבן זיך געעפֿנט אין, און אַרום, ניו־יאָרק. הײַנט איז דער זומער־קעמפּ געבליבן דער איינציקער פֿון די אַמאָליקע קעמפּס, און די שיינקייט פֿונעם אָרט האָט זיך גאָר נישט געביטן.
די באַליבסטע פּראָגראַם, וואָס מע פֿירט דורך פֿאַר דערוואַקסענע, און ווערט גיך אויספֿאַרקויפֿט, איז „אַ נסיעה אין ייִדישלאַנד‟, וואָס קומט פֿאָר די וואָך, פֿונעם 5טן ביזן 14טן יולי. אַ ספּעציעלער פֿאָנד אויפֿן נאָמען פֿונעם לערער פּסח פֿישמאַן ע״ה דערמעגלעכט די יונגע־לײַט פֿון איבערן לאַנד און אַפֿילו פֿון אייראָפּע מיט אַן אינטערעס צו ייִדיש צו קומען אַהער, זיך לערנען ייִדיש, און אָנטיילצונעמען אין פֿאַרשיידענע וואַרשטאַטן. צווישן די סטיפּענדיאַנטן איז געקומען: טאָמאַס וווּדסקי פֿון שטאָקהאָלם, אַן אַקטיוויסט אין דער אָרטיקער ייִדיש־וועלט, און מיטגעבראַכט האָט ער סחורה פֿון דער ייִדיש־וועלט אין שוועדן. דער זינגער אַנטאָני ראָסעל איז געקומען פֿון קאַליפֿאָרניע, ווי אַ סטיפּענדיאַנט און איין אָוונט, איז ער אויפֿגעטראָטן מיט זײַן סידאָר בעלאַרסקי־רעפּערטואַר. חנה טעמפּל, אַן אַקאָרדיאָן־שפּילער פֿון ברוקלין, סטודענטן פֿון „בראַנדײַס‟־אוניווערסיטעט און „באַרנאַרד‟ זענען אויך געווען צווישן די יונגע אָנטיילנעמער. בדרך־כּלל האָבן זיי זייער ווייניק ייִדיש געקענט, און די „נסיעה אין ייִדישלאַנד‟ האָט געדאַרפֿט דינען ווי אַן אַרײַנפֿיר אין דער ייִדישער קולטור. בסך־הכּל, 100 מענטשן זענען געקומען דאָס יאָר.
דער ענטוזיאַסטישער קאָליע באָראָדולין, בילדונג־דירעקטאָר בײַם „אַרבעטער־רינג‟, האָט אָרגאַניזירט די פּראָגראַם. זײַן עובֿדה במשך פֿון דער וואָך איז נישט קיין לײַכטע — צו פֿאַרזיכערן, אַז די אַקטיוויטעטן זאָלן געפֿעלן דער פֿאַרשיידנאַרטיקער גרופּע, וועלכע נעמט אַרײַן סײַ פּענסיאָנירטע, סײַ סטודענטן; סײַ קענערס פֿון ייִדיש, סײַ די סאַמע אָנהייבערס. צוויי טעג בין איך געווען אַ גאַסט־לעקטאָר, און בעת דער האַלבער שעה פֿאַר פֿרישטיק האָב איך אויך אָנגעפֿירט מיט אַ נאַטור־שפּאַציר אויף ייִדיש, אין וועלכן מע האָט זיך אויסגעלערנט די נעמען פֿון די געוויקסן, חיות, און פֿייגל אויף ייִדיש. אַ גאַנץ גרויסע גרופּע פֿון 20 שפּאַצירערס זענען מיטגעקומען און געזען קאַטשקעס, שוואַנען, גענזז, ביבערס, און כּלערליי יאַגדעס, ביימער און בלומען פֿון דעם שיינעם פּייסאַזש.
אין דער פֿרי האָט מען זיך געלערנט ייִדיש מיט באַקאַנטע געניטע ייִדיש־לערערס: די דערציִערין חוה לאַפּין; געוועזענע ייִדיש־לערערין אין „קאָלומביע־אוניווערסיטעט‟ און לאַנג־יאָריקע „פֿאָרווערטס‟־שרײַבערין מרים האָפֿמאַן; מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר זיסל־יוסף סלעפּאָוויטש און באָראָדולין. איך בין פּונקט אַרײַן אין באָראָדולינס אָנהייבער־קלאַס, ווען ער האָט מיטן קלאַס געלערנט וועגן דעם „פֿאָרווערטס.‟
נאָך מיטאָג האָבן די סטודענטן אַ ברירה זיך צו באַטייליקן אין אַ טעאַטער־וואַרשטאַט מיט מאָטל דינדער, אַסאָציִיִר־קינסטלערישער לײטער בײַ דער „פֿאָלקסבינע‟, אָדער אין אַ געזאַנג־וואַרשטאַט מיט זיסל־יוסף סלעפּאָוויטש. בײַם טעאַטער־וואַרשטאַט, האָט דידנער צוגעגרייט אַ סקריפּט אויפֿן סמך פֿון שלום־עליכמס כּתריאלעווקער דערציילונגען, און צום סוף פֿון דער וואָך, וועלן די סטודענטן אויפֿטרעטן מיט די סצענעס. אינעם געזאַנג־וואַרשטאַט האָט מען געלערנט אַלטע פֿאָלקסלידער, און דורך געזאַנג, אויך די ייִדישע שפּראַך. סלעפּאָוויטש האָט מיט זיי געלערנט די לידער, וואָס ער אַליין האָט פֿאַרשריבן בײַ עלטערע זינגערס אין בעלאַרוס. פֿאַר מיטאָג, בין איך אויפֿגעטראָטן מיט אַ לעקציע וועגן דער ייִדישער „פֿאָרווערטס‘־וועבזײַט און „פֿאָלקס־מעשׂיות‟.
יעדן טאָג האָט באָראָדולין גערעדט ווייניקער און ווייניקער ענגליש, און מער ייִדיש מיט דער גאַנצער גרופּע; און כאָטש די אָנהייבערס וועלן זיך זיכער נישט אויסלערנען ייִדיש אין איין וואָך, האָט מען געזען, אַז זיי פֿאַרשטייען אַלץ מער און מער.
אין אָוונט קומען פֿאַרווײַלן דעם עולם זינגערס, ווי דזשאָען באָרץ און אַנטאָני ראָסעל; מוזיקער, ווי דער פֿידלער דזשייק שולמאַן־מענט און סלעפּאָוויטש. דעם ערשטן שבת־צו־נאַכטס זענען עטלעכע זינגערס אויפֿגעטראָטן מיט די לידער פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן.
אין די אַמאָליקע צײַטן פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע, איז די סבֿיבֿה געווען צעשפּליטערט לויט די פּאָליטישע אידעאָלאָגיעס — די לינקע האָבן געהאַט זייער קעמפּ — „קינדערלאַנד‟, די „אַרבעטער־רינג‟־מיטגלידער — „קינדער־רינג‟, דער סאָציאַליסטיש־ציוניסטישע „פֿאַרבאַנד‟־באַוועגונג — „אונדזער קעמפּ‟, דער בונד — „קעמפּ המשך‟, און „קעמפּ בויבעריק‟ האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף קולטור און זיך נישט אַרײַנגעמישט אין פּאָליטיק. הײַנט איז געבליבן פֿאַר די דערוואַקסענער בלויז „סוירקל־לאַדזש‟, און „ייִדישלאַנד‟ האָט צוזאַמענגעבראַכט די געוועזענע קעמפּער פֿון די אַמאָליקע אידעאָלאָגיעס אויף אַ וווּנדערלעכער „נסיעה.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.