ריאָ דע זשאַנייראָ. — ווען אַלאַן ראָכלין האָט אין 2011, אין איינעם מיט הונדערטער טויזנטער ישׂראלים, פּראָטעסטירט קעגן די אומגלייבלעך־הויכע הוצאָות פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין ישׂראל, איז אים אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז מיט צוויי יאָר שפּעטער וועט ער טאָן דאָס זעלבע אין זײַן היימלאַנד, בראַזיל.
אָבער ווען די בראַזיליאַנער האָבן סוף־יוני אָנטיילגענומען אין ריזיקע אַנטי־רעגירונג מאַניפֿעסטאַציעס, איז ראָכלין, אַן 21־יאָריקער מאַרקעטינג־סטודענט און פֿירער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער יוגנט־באַוועגונג, „חזית הנוער הדרום אַמריקאית‟ (יוגנט־פֿראָנט פֿון דרום־אַמעריקע), געווען בלויז איינער פֿון אַ סך ייִדישע באַטייליקטע. צווישן זיי: די מיטגלידער פֿון „הילל‟ און „הבונים דרור‟.
„איך האַלט, אַז די וויכטיקסטע שליחות, וואָס איך, ווי אַ ייִד, קען אָננעמען איז צו פֿאַרבעסערן די וועלט,‟ האָט דערקלערט ברונאָ צינטראַ, אַ בלאָגער אין דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, וועלכער שרײַבט אָפֿט וועגן דער בראַזיליאַנער קולטור און פּאָליטיק.
צינטראַ האָט געגעבן אַן אינטערוויו דעם Forward, זיצנדיק אויף אַ פּלאַסטיק־בענקל אין מיטן פֿון דעלפֿים מאָרייראַ עוועניו — איינער פֿון די טײַערסטע, עקסקלוסיווע גאַסן בײַ דער פּלאַזשע פֿון ריאָ דע זשאַנייראָ.
נאָכן באַטייליקן זיך אין די דעמאָנסטראַציעס, האָט צינטראַ געגרינדעט די באַוועגונג, „אָקופּירט קאַבראַל‟, וואָס האָט אויפֿגעשטעלט אַ טוץ געצעלטן און פּײַקלדיקע דעמאָנסטראַנטן פֿאַרן בנין פֿונעם גובערנאַטאָר, סערזשיאָ קאַבראַל, אויף דער לוקסוסדיקער גאַס. די פּאָליציי האָט פֿאַרטריבן צינטראַס גרופּע בײַ נאַכט, דעם 1טן יולי, אויפֿן 11טן טאָג פֿון דער דעמאָנסטראַציע, אָבער די גרופּע פּלאַנירט שוין אַ ווידער־אָקופּאַציע.
„נאָך אַזוי פֿיל יאָרן פֿון פֿאַרברעכנס, גזלנות און שחיטות, האָט דאָס פֿאָלק זיך גענומען צו די גאַסן, מיט פֿרידלעכע פּראָטעסטן,‟ האָט צינטראַ געזאָגט.
דער הויכפּונקט פֿון די מאַניפֿעסטאַציעס איז פֿאָרגעקומען דעם 20סטן יוני, ווען הונדערטער טויזנטער מענטשן האָבן פֿאַרפֿלייצט די גאַסן פֿון צענטראַל־ריאָ און מער ווי 100 אַנדערע שטעט — די גרעסטע מאַניפֿעסטאַציע זינט די פּראָ־דעמאָקראַטישע פּראָטעסטן אין 1984.
די דעמאָנסטראַנטן, וועלכע געהערן, צום גרעסטן טייל, צום מיטעלן און העכער־מיטעלן קלאַס, האָבן אויסגעדריקט זייער כּעס אין שײַכות מיט דער קאָרופּציע, די טײַערע הוצאָות פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן, און דער אומוויליקייט פֿון די פּאָליטיקער אויסצוהערן זייערע טענות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.