50% ישׂראל־דאָקטערשעס ווערן באַלעסטיקט

Half of Israeli Female Doctors Are Harassed

Courtesy: HealthPartners

Published July 09, 2013, issue of August 02, 2013.

לויט אַן אַנקעטע, זאָגן כּמעט אַ העלפֿט פֿון די ישׂראלדיקע דאָקטערשעס, אַז מע האָט זיך סעקסועל געטשעפּעט צו זײ בײַ דער אַרבעט. בײַ 60% פֿון די אינצידענטן איז דער „אַגרעסאָר‟ געווען אַ הויך־ראַנגיקער קאָלעגע.

60% האָבן געזאָגט, אַז מע האָט זיי געמאַכט סעקסועלע אָנהערענישן; 30% — אַז מע האָט זיי געטאַפּט; 30% — אַז מע האָט זיי ענג אַרומגענומען, און 17% — אַז אַ דאָקטער האָט, פֿאַר זייערע אויגן, זיך איבערגעטאָן.

די אַנקעטע האָט אַרײַנגענומען 502 דאָקטוירים און 582 דאָקטערשעס אין 43 מעדיצינישע ספּעציאַליטעטן, און איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורכן תּל־אָבֿיבֿער „סוראַסקי מעדיצינישן צענטער‟ („איכילאָוו־שפּיטאָל‟).

בלויז 20% פֿון די מענער האָבן געזאָגט, אַז מע האָט זיך סעקסועל געטשעפּעט צו זיי. בײַ בערך אַ העלפֿט זענען די אַגרעסאָרן געווען פּאַציענטקעס.

איין דאָקטערשע האָט דערציילט, אַז מע האָט זי באַזײַטיקט פֿון דער אַרבעט, נאָך דעם ווי זי האָט אָפּגעזאָגט די סעקסועלע אָנבאָטן פֿון אַ הויך־ראַנגיקן דאָקטער. בײַ אַ צווייטער האָט אַ הויך־ראַנגיקער דאָקטער איר צוגעזאָגט אָנצושרײַבן אַ רעקאָמענדיר־בריוו, און צוגעגעבן: „ווען מע וואָלט מיך נישט געשיקט אין תּפֿיסה דערפֿאַר, וואָלט איך איבערגעשלאָפֿן מיט דיר גלײַך איצט.‟

דער דורכשניטלעכער עלטער פֿון די באַטייליקטע איז געווען 52.4 יאָר. 42% אַרבעטן אין די שפּיטאָלן, און די איבעריקע — אין באַזונדערע ביוראָען.

נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, לייענט בײַ Haaretz:

//www.haaretz.com/business/poll-half-of-all-israeli-female-doctors-report-being-sexually-harassed.premium-1.534418