מיט אַכט יאָר צוריק האָט טאָמאַס פֿרידמאַן דערקלערט אונדז, אַז „די ערד איז געוואָרן פֿלאַך‟ — די גלאָבאַליזאַציע האָט צונויפֿגעבונדן לענדער, קאָנטינענטן און מענטשן אויך. מיגראַציע איז אַ טייל פֿון דעם דאָזיקן פּראָצעס, וועלכער מאַכט אונדזער לעבן אַלץ „פֿלאַכער‟. אין די לענדער, וואָס ציִען צו די עמיגראַנטן, ברעכן זיך מלוכה-לײַט דעם קאָפּ, ווי אַזוי צו רעגולירן דעם דאָזיקן פּראָצעס. אין ענגלאַנד, וווּ איך געפֿין זיך איצט, גרייט מען כּלערליי מניעות אויפֿן וועג פֿון דעם מענטשלעכן שטראָם, וואָס קומט פֿון אַזיע און אַפֿריקע. ס’איז אַ סך שווערער — צוליב די אָפּמאַכן — זיך אָפּצוגרענעצן פֿון די מדינות, וועלכע גייען אַרײַן אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג.
אין די לעצטע יאָרן איז מען שוין צוגעוווינט געוואָרן צו זען סלאַווישע, צי בכלל „מיזרח-אייראָפּעיִשע‟ אַרבעטער אין רעסטאָראַנען, האָטעלן און פֿאַרשיידענע אַנדערע אונטערנעמונגען. הונדערטער טויזנטער פּאָליאַקן, ליטווינער, לעטן, סלאָוואַקן, טשעכן, אונגערן האָבן פֿאַרנומען פֿעסטע ערטער אויף דעם בריטישן לאַנדשאַפֿט. אייניקע מישן זיך צונויף מיט די היגע, שאַפֿן משפּחות. אַנדערע, ס’רובֿ, האַלטן זיך מער אָדער ווייניקער אָפּגעזונדערט. אומעטום האָבן זיך באַוויזן פּוילישע געשעפֿטן, און איך בין אַ קונה אין איינעם פֿון זיי, קויף דאָרטן קעז, צוואָרעך, קעפֿיר און געזײַערטע מאכלים.
איצט, אָבער, ווערט מען אין ענגלאַנד פֿאַרציטערט פֿון דעם געדאַנק אַליין, אַז פֿון דעם קומענדיקן יאָר וועלן קענען אַהער קומען אויך בירגער פֿון רומעניע און בולגאַריע. מע האָט מורא, אַז דאָס וועט שאַפֿן אַן אמתן קריזיס. בינו-לבינו, דעבאַטירט מען אין דעם בריטישן פּאַרלאַמענט אַרום די פֿראַגע פֿון דורכפֿירן, צי ניט דורכפֿירן אַ רעפֿערענדום, מכּוח דער עצם־מיטגלידערשאַפֿט פֿון גרויס-בריטאַניע אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע. ס’איז דאָך גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז דער ענטפֿער וועט זײַן אַ קלאָרער: לא מיט אַן אַלף — אַרויסגיין פֿון דער פֿאַראייניקונג! דערפֿאַר וועט מען זיך סטאַרען מיט אַלע כּוחות אַזאַ אויספֿרעג ניט דערלאָזן.
און צו אָט דעם אַלץ ווערט צוגעמישט אויך דער ענין פֿון מאָלדאָווע.
***
אין בוקאַרעשט חלומט מען נאָך אַלץ וועגן אַרײַנשלינגען מאָלדאָווע, וועלכע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע אין די יאָרן 1918–1940. ווען דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט זיך צעברעקלט, האָט אַזאַ צונויפֿגיסונג אויסגעזען ווי אַ גאַנץ מעגלעכע זאַך. די מאָלדאַווישע אינטעליגענץ, באַזונדערס די שרײַבער, האָבן דעמאָלט דורכגעקלאַפּט, אַז די אָפֿיציעלע שפּראַך פֿון מאָלדאָווע זאָל הייסן רומעניש. פֿאַר רוסיש, וואָס האָט גערעדט אַ גרויסער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, איז געגעבן געוואָרן אַ צווייט-ראַנגיקער סטאַטוס.
די מעגלעכקייט צו ווערן אײַנוווינער פֿון רומעניע האָט סוף 1980ער, אָנהייב 1990ער יאָרן געשאַפֿן אַ יסוד פֿאַר דעם קאָנפֿליקט מיט דער אַלט-סאָוועטישער געגנט, בײַניסטריע. די געגנט האָט זיך אָפּגעטיילט (דורך אַ בלוטיקן מיליטערישן קאָנפֿליקט) פֿון מאָלדאָווע און בלײַבט שוין אין משך פֿון אַריבער צוואַנציק יאָר אַ סוראָגאַט־מדינהלע, אונטערגעהאַלטן און אונטערגעהאָדעוועט דורך רוסלאַנד, און אין אַ קלענערער מאָס דורך אוקראַיִנע. אַ היפּש ביסל פֿון דער רוסישער שטיצע ווערט, פֿאַרשטייט זיך, צעגנבֿעט פֿון די היגע פּני. די טעג האָט מען פֿאַרהאַלטן אין פֿראַנקרײַך דעם געוועזענעם פֿינאַנץ-מיניסטער פֿון דעם מדינהלע. מע טענהט, אַז ער האָט פֿאַר זיך אָפּגעשניטן פֿון דער שטיצע אַרום 100 מיליאָן דאָלאַר.
אין די סאָוועטישע צײַטן, איז בײַניסטריע געווען די סאַמע אינדוסטריאַליזירטע געגנט פֿון מאָלדאָווע, און עפּעס ווערט דאָרטן נאָך אַלץ אויסגעאַרבעט. אַזוי צי אַזוי געפֿינען דאָרטן פֿאַר מעגלעך צו וווינען אַרום 500 טויזנט תּושבֿים. אַ פּאָר הונדערט טויזנט נפֿשות זײַנען אַוועק, צווישן זיי אויך כּמעט אַלע ייִדן. עפּעס אַ צאָל ייִדן זײַנען פֿון דעסטוועגן פֿאַרבליבן; אייניקע מאַכן אַ לעבן פֿון דער אינדוסטריע.
די פּעסער פֿון דעם כּלומרשט-לאַנד בײַניסטריע ווערן ניט אָנערקענט, דערפֿאַר קריגן די בײַניסטריער לײַט אַנדערע פּעסער. בדרך-כּלל ווערט מען בירגער פֿון רוסלאַנד, אוקראַיִנע צי מאָלדאָווע. אייניקע האָבן צוויי צי אַפֿילו דרײַ פּעסער. אַנדערש קענען זיי ניט אַרומפֿאָרן איבער דער וועלט.
אין מאָלדאָווע איז אַן אַנדער מעשׂה מיט די פּעסער: מען קען גאַנץ גרינג ווערן אַ בירגער פֿון רומעניע. ס’איז גענוג צוליב דעם צו האָבן אַ רומענישע (מאָלדאַווישע) באָבע. בכלל, פּרוּווט רומעניע צו פֿאַרפֿלייצן מאָלדאָווע מיט אירע פּעסער — אַזאַ מין עקספּאַנסיע.
*
אויף אַזאַ אופֿן ווערט מאָלדאָווע אַ פֿאַקטאָר אין דעם וואָס ס‘קען געשען אין 2014, ווען די בריטישע טירן וועלן זיך עפֿענען פֿאַר די רומענישע בירגער. מע האָט זיך געכאַפּט, אַז דורך דעם זײַטיקן טירל, פֿון מאָלדאָווע, קענען קיין ענגלאַנד זיך לאָזן טויזנטער עמיגראַנטן. בפֿרט נאָך, אַז דורכשניטלעך פֿאַרדינט מען אין מאָלדאָווע אַרום 100 דאָלאַר אַ חודש. אָבער די ענגלענדער קענען וועגן דעם נאָר רעדן, ווײַל לאָנדאָן האָט ניט קיין רשות איבער דער רומענישער רעגירונג, וואָס גיט אַרויס די פּעסער. הקיצער, דער וועג פֿון קעשענעוו ביז לאָנדאָן ווערט אַלץ „פֿלאַכער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.