דעם 1טן יולי, האָט הרבֿ נחום (נאָרמאַן) לאַם רעזיגנירט פֿון זײַן אַמט ווי דער קאַנצלער פֿון ישיבֿה־אוניווערסיטעט. אין זײַן רעזיגנאַציע-בריוו, האָט לאַם געבעטן מחילה פֿאַר דעם, וואָס ער האָט נישט אָנגעקלאָגט אין דער פּאָליציי די מעשׂים פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, וועלכע זענען אָנגעגאַנגען אין דער שול במשך פֿון אַ סך יאָרן.
לאַם האָט אָנגעשריבן אין זײַן געזעגן-בריוו, פֿאַרעפֿנטלעכט דורך דער ייִט״אַ, אַז ער האָט פּלאַנירט צו פֿאַרלאָזן דעם אַמט שוין מיט דרײַ יאָר צוריק. ער איז אַ 85־יאָריקער זקן און האָט נישט געקאָנט אָנשרײַבן דעם בריוו אָן דער הילף פֿון זײַן משפּחה. אַזוי צי אַזוי, איז ער פֿאַקטיש פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון זײַן פּאָזיציע, צוליב זײַן אומווילן צו קאָאָפּערירן מיט דער פּאָליציי אין שײַכות מיטן סעקסועלן סקאַנדאַל.
אַלען נאַדלער, אַ באַקאַנטער מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער רבֿ און אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רעליגיעזע שטודיעס בײַם דריו-אוניווערסיטעט אין מעדיסאָן, ניו-דזשערזי, האָט געטענהט, אַז דער דרוק אויף דעם אַלטן חשובֿן רבֿ איז געווען אומיושרדיק. נאַדלער האָט באַמערקט, אַז לאַם האָט יאָ געפּרוּווט, אויף זײַן שטייגער, אָפּצושטעלן די סעקסועלע באַלעסטיקונגען פֿון קינדער. צו פֿאַרדאַמען אים איצט פֿאַר זײַן צוגאַנג צו אַ מעשׂה, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט איבער 30 יאָר צוריק, איז שטאַרק אומבאַרעכטיקט, לויט נאַדלערן.
מע קאָן זאָגן, אַז די דאָזיקע מעשׂה איז אַ באַלערנדיקער בײַשפּיל פֿון דער סאָציאַלער דעגראַדאַציע אין דער הײַנטיקער אָרטאָדאָקסישער וועלט. אין די לעצטע יאָרן איז אין דער פֿרומער וועלט אויסגעבראָכן אַ גאַנצע כוואַליע פֿון קרימינעלע סקאַנדאַלן. אַ רבֿ איז אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר פֿאַרגוואַלדיקונגען פֿון ייִנגלעך צי מיידלעך; אַ צווייטער זיצט אין תּפֿיסה פֿאַר שווינדלערישע געלט-מאַכינאַציעס; נאָך עמעצער ווערט פֿאַרדאַמט פֿאַר דעם, וואָס ער האָט נישט געוואָלט קאָאָפּערירן מיט דער פּאָליציי.
די פּאָליציאַנטן זענען קיינמאָל נישט געווען פּאָפּולער אין דער ייִדישער וועלט, בפֿרט אין די אַמאָליקע מיזרח-אייראָפּעיִשע שטעטלעך. געוויינטלעך האָט מען זיי גערופֿן אויף ייִדיש „קנעפּלעך‟; נחום סטוטשקאָוו ברענגט אין זײַן „אוצר‟ נאָך צענדליקער קאָליריקע סינאָנימען: למנצח, מענטע, ראָש-גוי, קלינגער, לײַכטערל, גלינע, מליץ-יושר, שפּאָרן, לאַמפּערט, טײַטל, פּרעה…
די דאָזיקע ווערטער האָבן אַ בפֿירוש נעגאַטיוון טעם. פֿון איינעם אַ רוסישן פֿרומען ייִד האָב איך געהערט נאָך אַן אויסדרוק, זאָלן די לייענער מוחל זײַן די שאַרפֿע לשונות: „אַ פּץ מיט הערנער‟. אַזוי פֿלעגן ייִדן רופֿן די פּאָליציאַנטן אויף ייִדיש אין געוויסע געגנטן פֿון דער סאָוועטישער אוקראַיִנע.
עס זענען פֿאַראַן אַ סך גוטע היסטאָרישע און סאָציאַלע סיבות, צוליב וועלכע מענטשן, בפֿרט אַ מינאָריטעט-גרופּע מיט אַ לאַנגער געשיכטע פֿון דיסקרימינאַציע-צרות, האָבן נישט ליב די פּאָליציי. מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק, ווען דער מחבר פֿון די שורות האָט זיך באַטייליקט אין אַ לינקן פּראָטעסט קעגן וואָל-סטריט אינעם ניו-יאָרקער זוקאָטי-פּאַרק, איז צו מיר צוגעקומען אַ פֿרומער ייִד מיט אַ טענה, אַז דאָס פּראָטעסטירן איז אַ „חילול-השם‟, לויט זײַן דעה, ווײַל ס׳איז אומגעזעצלעך. אַן אַנדער פֿרומער הולטײַ, האָט נישט געגלייבט, אַז אַ נאָרמאַלער מענטש וואָלט זיך באַטייליקט אין אַזאַ פּראָטעסט-טעטיקייט און געזאָגט, אַז איך בין געקומען, מסתּמא, „צו שפּילן זיך מיט מיידלעך‟; אויף דעם האָב איך סאַרקאַסטיש געענטפֿערט, אַז ווען איך וואָלט עס געוואָלט טאָן, וואָלט איך געפֿונען אַ בעסער אָרט, ווי אַ לינקע רעוואָלוציאָנערע דעמאָנסטראַציע אינמיטן דער גאַס.
די דאָזיקע מעשׂה דעמאָנסטרירט די לאָגיק פֿון די דאָזיקע פּאַרשוינען, וואָס זענען לעצטנס אַרײַן אין תּפֿיסה צוליב פֿאַרשיידענע סקאַנדאַלן. צו ברעכן עפּעס אַ געזעץ, אַפֿילו צוליב אַן אידעאַליסטישער סיבה, איז פֿאַר זיי אַ „חילול־השם‟. מע מעג עס אָבער טאָן שטילערהייט, צוליב דער פּערזענלעכער תּאוות-ממון צי זנות. די טעג האָט איינער אַ סאַטמאַרער ייִד פֿון וויליאַמסבורג מיר דערציילט, אַז געוויסע חסידישע ליידיקגייער קאָנען נישט פֿאַרטראָגן דאָס, וואָס זייערע פֿרויען פֿאַרברענגען דעם גאַנצן זומער אויף אַ דאַטשע אין „קאָנטרי‟, און די מענער מוזן בלײַבן אין דער שטאָט. דערפֿאַר גיבן זיי זיך אַן עצה, און האָבן סעקס מיט ביליקע זונות, וועלכע זענעם מסכּים דאָס צו טאָן פֿאַר אַ קליין פּעקל „גראָז‟.
גאַנצע באַוועגונגען קעמפֿן צו לעגאַליזירן פּראָסטיטוציע און מוריכואַנע, אַזוי ווי אין האָלאַנד. צומאָל ברעכן אַקטיוויסטן דאָס געזעץ אָפֿענערהייט, כּדי צו פֿאַרחידושן דעם עולם און צוציִען דעם אויפֿמערק צו זייערע פּאָליטישע דעות. ווען אַזעלכע מעשׂים טוען זיך שטילערהייט, אין דער פֿינצטערניש, צוליב דעם, וואָס עפּעס אַ חסידס פֿרוי רוט זיך אָפּ אויף דער דאַטשע, קלינגט עס אָבער אויסטערליש. אויב אַ פּאָרפֿאָלק האָט נישט קיין מעגלעכקייט צו פֿאַרברענגען דעם זומער צוזאַמען, פֿאַרוואָס דאַרף מען בכלל פֿאָרן אויף אַ קוראָרט? מיט הונדערט יאָר צוריק האָבן די אָרעמע ייִדן נישט געחלומט פֿון קיין דאַטשעס; אַ גאַנצע משפּחה האָט זיך געהאָרעוועט צוזאַמען.
מע קאָן זאָגן, אַז אַזעלכע מעשׂים זענען בלויז אויסטערלישע יוצא־מן-הכּללים. עס זעט אָבער אויס, אַז נישט אַזוי לאַנג צוריק האָבן די אויסנאַמען אין די פֿרומע קהילות געהאַט עפּעס אַן אַנדער פּנים. נחום לאַם האָט פֿאַראייניקט די באַרימטע ישיבֿה-סעמינאַריע אויפֿן נאָמען פֿון הרבֿ יצחק אלחנן (RIETS). דער ערשטער ראָש-ישיבֿה פֿון RIETS איז געווען דובֿ-בער (בערנאַרד) רעוועל — אַ גרויסער תּלמיד-חכם און אַ מחבר פֿון אַ ריי ספֿרים, וועלכער האָט געדינט ווי דער ערשטער פּרעזידענט פֿונעם ישיבֿה-אוניווערסיטעט פֿון 1915 ביז 1940.
ווייניק מענטשן געדענקען הײַנט, אַז רעוועל האָט געמוזט פֿאַרלאָזן רוסלאַנד נאָך אַן אַרעסט און תּפֿיסה-טערמין. דאָס האָט אָבער גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיט געלט-מאַכינאַציעס אָדער סעקסועלע סקאַנדאַלן. נישט ווייניק פֿרומע ייִדן, אַרײַנגערעכנט חשובֿע רבנים, האָבן זיך אין יענער צײַט אַקטיוו באַטייליקט אין דער לינקער רעוואָלוציאָנעלער טעטיקייט. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע רבנים פֿון אַזאַ שניט, איז רעוועל געוואָרן אַ מיטגליד פֿון בונד — נישט געקוקט אויף די אַנטי-רעליגיעזע שטימונגען פֿון דער דאָזיקער ייִדישער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי. אַ רבֿ אַ בונדיסט איז געווען אַ זעלטנקייט.
פֿאַר זײַן רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט, איז דער יונגער רבֿ אָפּגעזעסן אין טורמע און אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, וווּ ער האָט ממשיך געווען זײַנע רבנישע שטודיעס. די „גראַדויִר-שול פֿון ייִדישע שטודיעס אויפֿן נאָמען פֿון בערנאַרד רעוועל‟ איז אָנגערופֿן געוואָרן נאָך דעם ערשטן פּרעזידענט פֿונעם ישׂיבֿה-אוניווערסיטעט. הגם במשך פֿון זײַן אַמעריקאַנער אַקאַדעמיש-רבנישער קאַריערע האָט רעוועלס רעוואָלוציאָנערער ברען זיך, צו ביסלעך, אָפּגעקילט, איז ער זײַן גאַנץ לעבן געבליבן סאָציאַליסטיש געשטימט.
רעוועל האָט זיכער פֿײַנט געהאַט די פּאָליציי — לכל-הפּחות, אין זײַן רעוואָלוציאָנערער יוגנט. ער האָט אָפֿענערהייט געבראָכן פֿאַרשיידענע געזעצן און געזעסן פֿאַר דעם אין תּפֿיסה. קיינער שעמט זיך אָבער נישט צו דערמאָנען די דאָזיקע פֿאַקטן פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע. די ייִט״אַ, דער „פֿאָרווערטס‟ און אַנדערע ייִדישע נײַעס-קוואַלן האָבן זיך אַלעמאָל באַצויגן צו אים מיט דרך-ארץ. די רבנים פֿון יענער צײַט האָבן נישט געהאַלטן, אַז רעוועלס פּאָליטישע טעטיקייט איז געווען אַ „חילול־השם‟.
הײַנט זעט מען אויף דער פֿרומער ייִדישער גאַס גאָר אַנדערע אויסנאַמען און גאָר אַנדערע מעשׂיות מיט תּפֿיסות און פּאָליציאַנטן; דער דאָזיקער „פּאַראַדיגמע-בײַט‟, וועלכער איז געשען במשך פֿון די לעצטע צוויי-דרײַ דורות, איז גאַנץ טרויעריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.