אַ נײַער בית־המיקדש?

A New Temple in Jerusalem?

חיים ריטשמאַן, אינטערנאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿונעם „מוכן המיקדש‟, שטייט לעבן אַ רעפּליקע פֿונעם ארון־קודש אינעם ירושלימער ביוראָ
Ben Sales
חיים ריטשמאַן, אינטערנאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿונעם „מוכן המיקדש‟, שטייט לעבן אַ רעפּליקע פֿונעם ארון־קודש אינעם ירושלימער ביוראָ

פֿון (JTA) Ben Sales

Published July 11, 2013, issue of August 02, 2013.

הרבֿ חיים ריטשמאָן איז אַן אָפֿטער גאַסט אויפֿן הר־הבית אין ירושלים; ער קען די נעמען פֿון די אַלע ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, וועלכע היטן אָפּ דאָס הייליקע אָרט. ער איז דער אינטערנאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿונעם „מכון המיקדש‟, אָדער אויף ענגליש — דער „טעמפּל־אינסטיטוט‟, אַן אָרגאַניזאַציע אין דער אַלטער שטאָט, וואָס האָט איין ציל — ווידער אויפֿצובויען דעם דריטן בית־המיקדש.

                  אין שײַכות מיט תּישעה־באָבֿ, קומעדיקע וואָך, אַ טאָג פֿון תּענית, אין וועלכן מע קלאָגט אויפֿן חורבן־בית־המיקדש, האָט דער „מכון‟ אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ, אין וועלכן מע ווײַזט ווי קינדער פֿירן זייערע טאַטעס אַרויס פֿון אַ שיל, אָנצוהייבן דאָס בויען פֿונעם הייליקן בית־המיקדש. „אונדזער ציל איז מקיים צו זײַן די מיצווה — ׳ועשׂו לי מקדש ושכנתּי בתוכם׳ — ׳זיי וועלן פֿאַר זיי מאַכן אַ טעמפּל, און איך וועל דאָרטן ווווינען צווישן זיי׳ — ווי עס שטייט אין ׳שמות׳‟.

                

נאָך דער צעשטערונג פֿונעם צווייטן בית־המיקדש אינעם 70סטן יאָר פֿון דער נײַער צײַט־רעכענונג, האָט מען געהאַלטן, אַז מע טאָר נישט אויפֿבויען אַ נײַעם בית־המיקדש איידער דער משיח וועט קומען. אָבער דער „מכון המיקדש‟ האַלט אַנדערש — „עס זענען נישט פֿאַראַן קיין שום דינים‟ קעגן בויען דעם בית־המיקדש, זאָגט ריטשמאַן, בלויז פּאָליטישע סיבות. דער ציל פֿונעם „מכון‟ איז אַראָפּצורײַסן דעם מעטשעט אויפֿן הר־הבית, און אויף זײַן אָרט אויפֿשטעלן דעם נײַעם ייִדישן טעמפּל. אַ מאָלערײַ אינעם „מכונס‟ מוזיי ווײַזט ווי דאָס וואָלט אויסגעזען, אַפֿילו מיט אַ באַן, וואָס וועט פֿירן די ייִדן אַהין.

דער „מכון־המיקדש‟ האָט אין זײַן אויסשטעל־זאַל אויך די תּשמישי־קדושה, וואָס מע וועט דאַרפֿן האָבן נאָך דער אויפֿבויונג — זילבערנע טרומייטן פֿאַר די כּהנים, פֿאַנען צו זאַמלען בלוט פֿון די קרבנות. אין אַן אַנדער צימער זעט מען אַ מאַנעקען, אָנגעטאָן ווי דער כּהן־גדול. דער פּראָיעקט האָט גענומען 11 יאָר אים צו פֿאַרענדיקן און 150,000$. ריטשמאַן איז ספּעציעל שטאָלץ מיט דער גאָלדענער מנורה, וואָס וועגט 200 פֿונט. לויט זײַנע השׂגות, וויל דער „מכון‟ וואָס גיכער אַרויסנעמען די אָביעקטן פֿון די אויסשטעל־וויטרינעס און זיי ניצן אינעם דריטן בית־המיקדש.

אַ סך ישׂראלים באַטראַכטן דעם ציל ווי אַ שטער אין די באַציִונגען צווישן די ייִדן און די אַראַבער. אין 1984 האָבן ישׂראלס זיכערקייט־כּוחות אָפּגעשטעלט אַ גרופּע ייִדישע טעראָריסטן, וועלכע האָט געוואָלט אויפֿרײַסן דעם מעטשעט אויפֿן הר־הבית. כאָטש ייִדן בעטן יעדן טאָג אין זייערע תּפֿילות, מע זאָל אויפֿבויען דעם בית־המיקדש, טוט מען גאָרנישט וועגן דעם — און אַזוי דאַרף טאַקע זײַן, זאָגט הרבֿ מיכאל מלכיאור, אַ געוועזענער פֿאָרשטייער אין כּנסת — „מיר בעטן טאַקע פֿאַר קדושה, אָבער מע דאַרף אויך האַלטן אין זינען, אַז אַנדערע פֿעלקער ווילן זייער אייגענע קדושה. ווען מע וויל אויפֿבויען אַ בית־המיקדש, וועט דער באַלאַנס אין ירושלים ווערן צעשטערט — אַזאַ פּלאַן איז ׳אומאַחריותדיק׳.‟

אַזוי ווי דער הויפּט־ציל פֿונעם „מכון‟ האָט גרויסע מניעות, האָט די גרופּע אַן אַנדער ציל — פֿאַרזיכערן און פֿאַרברייטערן דאָס רעכט פֿון די ייִדן צו דאַוונען אויפֿן הר־הבית. מיט דעם ציל זענען מסכּים עטלעכע רעכט־געשטימטע כּנסת־מיטגלידער. אַ גרופּע אַרכעאָלאָגן זענען אויך מסכּים, ווײַל מע האָט נישט קיין צוטרוי, אַז די מוסולמענער וועלן אָפּהיטן די ייִדישע ארכעאָלאָגישע אוצרות אויפֿן הר־בית.

ריטשמאַן זאָגט, אַז די שטיצע וואַקסט פֿאַר די צילן פֿונעם „מכון המיקדש‟. פֿאַר אים האָט די אַרבעט ווייניקער צו טאָן מיט פּאָליטיק, ווי מיטן אויספֿירן דעם אייבערשטנס שליחות.