עריקאַ מאיראָוויץ איז פֿונעם ייִנגערן דור שארית־הפּליטה: בלויז 82 יאָר אַלט. אָבער זינט די 1950ער יאָרן לײַדט זי פֿון דעפּרעסיע, הויכן בלוטדרוק און פֿאַרשידענע אַנדערע קראַנקייטן. דערצו האָט זי מיט פֿיר יאָר צוריק פֿאַרלוירן איר געטרײַען מאַן, און מיט צוויי יאָר צוריק — איר ברודער און אַדאָפּטירטע שוועסטער, וועמען זי האָט שטאַרק ליב געהאַט.
פֿרוי מאיראָוויץ איז אַ בײַשפּיל פֿון איינער, וועלכע האָט קינדווײַז איבערגעלעבט דעם חורבן, אָבער באַשלאָסן בײַ זיך, אַז נאָך דער מלחמה וועט זי אָנהייבן דאָס לעבן פֿון ס׳נײַ, און זיך בכלל נישט באַטראַכטן ווי אַ געליטענע. ווי דער אייביקער ייִד אין ה. לייוויקס ליד: „איך הייב זיך אויף ווידער און שפּאַן אַוועק ווײַטער.‟
במשך פֿון די 1950ער יאָרן, ווען אַנדערע לעבן־געבליבענע האָבן געמאָנט און באַקומען פֿאַרגיטיקונג פֿאַר זייערע ליידן, אַרײַנגערעכנט איר מאַמע און ברודער, האָט זי געקלערט: „איך בין יונג, איך קען אַרבעטן, איך דאַרף נישט קיין הילף פֿון קיינעם,‟ האָט זי באַמערקט לעצטנס, בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟.
אָבער מיט יאָרן שפּעטער, בעת די עלטער האָט זיך אָנגעהויבן אָנרוקן, און זי האָט זיך דערפֿילט אַלץ שוואַכער און מער נישט אַזוי העלדיש, האָט פֿרוי מאיראָוויץ חרטה געהאַט, וואָס זי האָט פֿריִער נישט אַפּליקירט צו באַקומען פֿאַרגיטיקונג, און זי האָט זיך אָנגעבאָטן צו דער תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ. מע האָט איר אָבער אָפּגעזאָגט, טענהנדיק, אַז ס׳איז צו שפּעט.
„דער טערמין, ביז ווען די שארית־הפּליטה קאָנען באַקומען רעפּאַראַציעס פֿון דײַטשלאַנד, איז אויסגעגאַנגען אין יאָר 1969,‟ האָט הילאַרי קעסלער־גאָדין, די קאָמוניקאַציע־דירעקטאָרין פֿון דער תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟.
אָבער אין דער אמתן איז פֿרוי מאיראָוויץ יאָ באַרעכטיקט צו קאָמפּענסאַציע לויט Article 2, וואָס די “תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ” און דײַטשלאַנד האָבן אונטערגעשריבן אין אָקטאָבער 1990. לויטן Article 2,איז יעדער ייִד, וואָס האָט געלעבט אונטער דײַטשער אָקופּאַציע במשך פֿון 1 יאָר באַרעכטיקט צו קאָמפּענסאַציע.
דאָס איז זיכער געווען אמת אין פֿרוי מאיראָוויצס פֿאַל: אין מאַרץ 1939 זענען די דײַטשן אַרײַן אינעם סלאָוואַקישן טייל פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, און צווישן מאַרץ 1939 און אַפּריל 1940 האָט די יונגע עריקאַ דאָרט זיך באַהאַלטן פֿון זיי.
פּראָפֿעסאָר אַבֿי סגי־שוואַרץ, אַ ישׂראלדיקער פּסיכאָלאָג, וועלכער האָט שטודירט די ווײַט־גרייכיקע עפֿעקטן פֿונעם חורבן אויף די לעבן־געבליבענע, זאָגט, אַז פֿרוי מאיראָוויצס אויפֿפֿיר איז אַ באַקאַנטע זאַך בײַ אַ טייל פֿון דער שארית־הפּליטה. „געוויסע לעבן־געבליבענע זענען אַזוי טראַוומיזירט געוואָרן פֿונעם חורבן, אַז זיי האָבן געפּרוּווט אויסמײַדן די טעמע אין גאַנצן. פֿון דרויסן האָבן זיי אויסגעזען ווי זיי האָבן זיך גוט צוגעפּאַסט צום נײַעם לעבן: געקראָגן אַרבעט, דערצויגן משפּחות, אָבער שפּעטער זענען אַרויס די סימנים פֿון טראַוומע, קאָשמאַרן און דעפּרעסיע,‟ האָט פּראָפֿ׳ סגי־שוואַרץ דערקלערט.
מיט אַנדערע ווערטער, אַזעלכע מענטשן ווי פֿרוי מאיראָוויץ, וועלכע האָבן נאָכן חורבן אַרויסגעוויזן קוראַזש און נישט אָנגענומען קיין שטיצע, זענען אין אַ געוויסן זינען „באַשטראָפֿט געוואָרן‟, ווען זיי האָבן זיך געכאַפּט, אַז זיי נייטיקן זיך טאַקע יאָ אין הילף. דאָס זעט מען קלאָר אין דעם פֿאַל פֿון פֿרוי מאיראָוויץ, ווײַל זי האָט איבערגעלעבט די זעלבע אָדער כּמעט די זעלבע געשיכטע, ווי איר מאַמע און ברודער, און זיי האָבן דווקא יאָ באַקומען פֿאַרגיטיקונג.
„מיר איז בכלל אַ חידוש, פֿאַר וואָס מע שטעלט די לעבן־געבליבענע אַ טערמין צו באַקומען קאָמפּענסאַציע,‟ האָט פּראָפֿ׳ סגי־שוואַרץ באַמערקט. „אַ סך פֿון זיי האָבן פּשוט נישט געהאַט די פּערזענלעכע רעסורסן זיך צו ווענדן צו דער אַגענטור.‟
געבוירן איז פֿרוי מאיראָוויץ אינעם דאָרף סטאַראַ ביסטריצאַ, סלאָוואַקיע, אין נאָוועמבער 1931. אין מאַרץ 1939 האָבן די נאַציס אַרײַנמאַרשירט, און אירע עלטערן זענען מיט איר און איר ברודער אַנטלאָפֿן אויף צפֿון, קיין דאַנציק; פֿון דאָרט, קיין קעלץ, און דערנאָך קיין קאַטאָוויצע, וווּ זיי האָבן זיך אויסבאַהאַלטן אין וועלדער און שטעט.
„איך געדענק זייער ווייניק פֿון יענע יאָרן,‟ האָט פֿרוי מאיראָוויץ באַמערקט. „אָבער איין זאַך האָט זיך פֿאַרגעדענקט — ווי די דײַטשע עראָפּלאַנען זענען געפֿלויגן איבער די ביימער.‟ אין פֿרילינג 1940, האָבן די רוסן פֿאַרכאַפּט די משפּחה און פֿאַרשיקט אין אַן אַרבעט־לאַגער אין סיביר. אָבער דערנאָך, אין 1942, האָבן די רוסן דערלויבט די טשעכן צו גיין קעמפֿן אין דער טשעכישער אַרמיי, פֿאָרמירט אין רוסלאַנד. איר טאַטע־מאַמע און ברודער האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין דער אַרמיי, בעת זי, אַן 11־יאָריק מיידל, האָט מען אַרײַנגעגעבן אין אַ יתומים־הויז אין בוזולוק, רוסלאַנד.
נאָך דער באַפֿרײַונג אין 1945 האָט מען די קליינע עריקאַ אַריבערגעבראַכט אין אַ יתומים־הויז אין טשערנאָוויץ. „דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך האָב פֿאַרזוכט אַ וועלטשענעם נוס,‟ האָט זי מיט אַ שמייכל געזאָגט.
עריקאַ האָט עולה געווען קיין ישׂראל, חתונה געהאַט, געבוירן אַ זון אין 1955, און מיט דרײַ יאָר שפּעטער האָט איר מאַנס שוועסטער זיי אַריבערגעבראַכט קיין לייקוווּד, ניו־דזשערזי, וווּ זיי האָבן אָנגעהויבן אַלץ פֿון ס׳נײַ. צו ערשט, האָבן זיי געאַרבעט ווי קעלנער אין אַ האָטעל; שפּעטער האָבן זיי באַקומען שטעלעס אין דער קליידער־מאַניפֿאַקטור. „יאָרן לאַנג האָט זי גענייט, ביז אירע אויגן זענען געוואָרן צו שוואַך עס צו טאָן,‟ האָט איר זון, ראָבערט, געזאָגט.
„איך האָב אָפּגעגעבן אָן אַ שיעור שעהען, העלפֿנדיק עריקאַ צו קריגן עפּעס אַ קאָמפּענסאַציע פֿון דער תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ,‟ האָט דעני גאָלדבערג, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע אין אָשען־קאָונטי, ניו־דזשערזי, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟.
„דער אמת איז, אַז במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע דרײַ יאָר, האָט די תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ באַוויזן איבערצוצײַגן די דײַטשע רעגירונג, זי זאָל גרינגער מאַכן די תּנאָים פֿאַר די לעבן־געבליבענע, וואָס האָבן נאָך נישט באַוויזן צו קריגן קאָמפּענסאַציע; למשל, צו בײַטן די קריטעריע פֿון וויפֿל צײַט אַ מענטש האָט זיך באַהאַלטן פֿון די נאַציס. מיר האָבן אויסגעזוכט אַלע דאָקומענטן, וואָס באַווײַזן דער תּבֿיעות־קאָנפֿערענץ, אַז עריקאַ איז ראָוי צו באַקומען די קאָמפּענסאַציע, ווי איינע וואָס האָט זיך טאַקע אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס. מיר האָבן געהאַלטן, אַז דאָס איז געווען שׂכלדיק; בפֿרט, אַז איר מאַמע און ברודער האָבן עס באַקומען.
„נאָך אַ סך שמועסן מיט עריקאַ אויסצוקלאָרן די פּרטים פֿון איר איבערלעבונג אין יענע יאָרן, ווי אַזוי זי און איר משפּחה זענען געקומען פֿון פּונקט ׳א׳ אויף אַ געוויסער דאַטע, ביז פּונקט ׳ב׳ — און אַלץ אונטער די נאַציסטישע רדיפֿות, אָדער אַנטלויפֿנדיק פֿון די נאַציס, בין איך געווען זיכער, אַז מיר האָבן מצליח געווען צו באַווײַזן דער קאָנפֿערענץ, אַז זי איז באַרעכטיקט צו דער קאָמפּענסאַציע. מיר האָבן עס אַרײַנגעשיקט, אָבער די קאָנפֿערענץ האָט עס אָפּגעוואָרפֿן, טענהנדיק, אַז זי איז נישט באַרעכטיקט, ווײַל צום סוף, האָט זי זיך ׳געראַטעוועט׳ אין סיביר.‟
„איך פֿאַרשטיי נישט אַזאַ ענטפֿער,‟ האָט גאָלדבערג געזאָגט. „ס׳איז מעגלעך, אַז די אמתע סיבה פֿאַר וואָס זי האָט עס נישט באַקומען איז, ווײַל זי האָט פֿון זיי לעצטנס געקראָגן אַן איין־מאָליקע סובסידיע פֿון 3,500$, אָבער ס׳איז דאָך נישט קיין פֿאַרגלײַך מיט אַן אמתער קאָמפּענסאַציע.‟
„ס׳איז זייער אומיושרדיק, וואָס מע האָט אָפּגעזאָגט מײַן מאַמען די בענעפֿיטן,‟ האָט איר זון, ראָבערט, געזאָגט. „דער תּירוץ, וואָס זיי גיבן אָן, איז פּשוט לעכערלעך. יאָ, זי איז געווען אין סיביר, אָבער זי איז נישט פֿרײַוויליק געפֿאָרן אַהין.
„דער פֿאַקט וואָס אַנדערע, אַ סך ווייניקער באַרעכטיקט פֿון איר, האָבן יאָ באַקומען קאָמפּענסאַציע, איז גלײַך ווי מע וואָלט געשיט זאַלץ אויף די וווּנדן,‟ האָט ער צוגעגעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.