אין יאָר 2002, פֿאַר אַ רײַזע קיין ישׂראל, האָט חיים באַראָנס מאַמע אים געבעטן צו קויפֿן איינס פֿון די קונסטווערק פֿון זײַן שוועסטערקינד, איזיו שערף. באַראָן האָט שוין געזען אַ טייל פֿון שערפֿס ווערק אין דער דירה פֿון זײַן באָבען, שערפֿס מומע, וועלכע האָט, אין 1974, אַריבערגעבראַכט דעם קינסטלער פֿון רומעניע קיין ישׂראל. באַראָן און זײַן פֿרוי, סאַרי, האָבן אויך באַקומען שערפֿס אַ געמעל ווי אַ דרשה־געשאַנק.
בעת באַראָנס טרעפֿונג מיט שערפֿס טאָכטער, קאַרלאַ, אין רחובֿות, האָט זי אים געבראַכט אין דער פֿינצטערער דירה, וווּ שערף און איר מאַמע האָבן אַמאָל געוווינט. „ווען זי האָט אָנגעדרייט דעם לאָמפּ, האָב איך דערזען אַזוי פֿיל בילדער, כ׳האָב זיך נישט געקענט רירן אַפֿילו,‟ האָט באַראָן געזאָגט, בעת אַן אינטערוויו אין זײַן הויז לעבן פֿילאַדעלפֿיע. „יעדעס בילד זײַנס איז מיר געפֿעלן געוואָרן; כ׳האָב נישט געוווּסט וואָס צו טאָן.‟
שערפֿס ווערק נעמען אַרײַן אַ ברייטע גאַמע פֿון סטילן, סוזשעטן און מעדיאַ: עקספּרעסיאָניסטישע פּאָרטרעטן, אימפּרעסיאָניסטישע לאַנדשאַפֿטן, קאָלאַזשן און טינט־צייכענונגען, און מאָלערײַען פֿון סצענעס לויט די ווערק פֿון שלום־עליכם, י. ל. פּרץ און אַנדערע ייִדישע שרײַבער. די לעצטע בילדער זענען געווען באַראָנס באַליבטסטע.
זעענדיק, אַז ער קען נישט באַשליסן, האָט קאַרלאַ פֿאָרגעלייגט, אַז זי וועט אים שענקען דרײַ בילדער, אויב ער קויפֿט בלויז איינס. פּלוצלינג האָט ער געענטפֿערט: „קאַרלאַ, איך וויל קויפֿן די גאַנצע זאַמלונג.‟ וכּך הווה: באַצאָלנדיק עטעכע טויזנט דאָלאַר זענען באַראָן, אַ 64־יאָריקער אַרכיטעקט, און סאַרי, תּיכּף געוואָרן די אייגנטימער פֿון בערך 600 ווערק פֿון איזיו שערף.
הײַיאָר איז געוואָרן 100 יאָר זינט שערף איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ. ווי אַ יונגערמאַן האָט ער שוין געשאַפֿן די בינע־עקספּאָנאַטן פֿאַרן טשערנאָוויצער „קאַמעליאָן־טעאַטער‟, און זיך באַטייליקט אין אויסשטעלונגען מיט אַנדערע יונגע ייִדישע מאָלער. אין 1939, אינעם שאָטן פֿון דער דראָענדיקער מלחמה, האָט ער אילוסטרירט אַ ביכל ייִדישע שלאָפֿלידער.
שערפֿס טאַטע־מאַמע זענען אומגעקומען אינעם חורבן, האָבן די באַראָנס געזאָגט. שערף אַליין האָט בעת דער מלחמה געקעמפֿט אין דער סאָוועטישער אַרמיי און שפּעטער געוווינט אינעם אוראַל־ראַיאָן.
צווישן 1950 און 1962 האָט ער געשאַפֿן די קונסטווערק פֿאַר מער ווי 50 פּראָדוקציעס פֿונעם ייִדישן מלוכישן טעאַטער אין יאַס, רומעניע, און אויך געמאַכט די דעקאָראַציעס פֿאַר אַ ליאַלקע־טעאַטער. אין די 1960ער האָט ער געשאַפֿן די דעקאָראַציעס און קאָסטיומען פֿאַרן ייִדישן מלוכישן טעאַטער אין בוקאַרעשט.
„ער איז געווען אַ הויכער, אַ דאַרער, און תּמיד געשמייכלט,‟ האָט סאַרי באַראָן זיך דערמאָנט. „ער האָט בלויז געהאַט איין ציל אין לעבן: מאָלן. דער ענין געלט איז אים בכלל נישט אָנגעגאַנגען.‟
שערפֿס חוש פֿאַר הומאָר זעט מען אין זײַנע לינאָטיפּן, ווי, למשל, איינער מיטן טיטל, „אין גוייִשן גן־עדן‟. אין מיטן, זעט מען אַן אימאַזש פֿון נאַקעטע פֿרויען און ווײַן; בײַ די זײַטן שטייען אַ מאַן און פֿרוי — אַ פּנים, פֿרומע ייִדן — וועלכע פֿאַרדעקן כּלומרשט די אויגן, אָבער כאַפּן בשתּיקה אַ קוק אויף דער פֿאַרבאָטענער וויזיע.
„אַ שאָד וואָס מיר ווייסן נישט קיין סך וועגן שערף,‟ האָט סאַרי באַראָן באַמערקט. „נאָך זײַן טויט האָבן מיר חרטה געהאַט, וואָס מיר האָבן אים פֿריִער נישט געשטעלט מער פֿראַגעס. אַ גרויסע פֿרוסטרירונג אונדזערע…‟
אָבער הײַנט, לכּבֿוד זײַנע 100 יאָר, האָבן די באַראָנס בלויז איין ציל. „מיר ווילן ווײַזן דער וועלט וואָס פֿאַר אַן אויסערגעוויינטלעכער קינסטלער ער איז געווען,‟ האָט חיים באַראָן געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.