21 נײַע לענדער אין „מכּביה‟

21 Countries Added to Maccabiah Games

די קובאַנער פֿײַל־און־בויגן וואַרפֿער, ראָקסאַנאַ און רפֿאל גאָנזאַלעז (רעכטס), בײַם אָנקומען אין בן־גוריון פֿליפֿעלד, דעם 3טן יולי, וווּ עס האָבן זיי באַגריסט צוויי קובאַנער, וועלכע וווינען הײַנט אין ישׂראל: דער בייסבאָל־טרענירער, ראָבערטאָ סאַריאַ פּאָפּאָווסקי, און אַ בייסבאָל־שפּילער, אַלבערטאָ טאַשער
Facebook
די קובאַנער פֿײַל־און־בויגן וואַרפֿער, ראָקסאַנאַ און רפֿאל גאָנזאַלעז (רעכטס), בײַם אָנקומען אין בן־גוריון פֿליפֿעלד, דעם 3טן יולי, וווּ עס האָבן זיי באַגריסט צוויי קובאַנער, וועלכע וווינען הײַנט אין ישׂראל: דער בייסבאָל־טרענירער, ראָבערטאָ סאַריאַ פּאָפּאָווסקי, און אַ בייסבאָל־שפּילער, אַלבערטאָ טאַשער

פֿון הילל קאָטלער (ייִט״אַ)

Published July 12, 2013, issue of August 02, 2013.

באָלטימאָר. — אַ דאַנק אַ לאָס־אַנדזשעלעסער געשעפֿטסמאַן, וועלן ראָקסאַנאַ גאָנזאַלעס, 25, און איר ברודער, רפֿאל, 24, פֿון קובאַ, די קומענדיקע וואָך וואַרפֿן די ערשטע פֿײַלן בעת דער 19טער „מכּביה‟ — די ייִדישע אָלימפּיאַדע, וואָס קומט פֿאָר יעדע פֿיר יאָר אין ישׂראל.

קובאַ איז איינס פֿון די 21 לענדער, וואָס וועלן צום ערשטן מאָל זיך באַטייליקן אין די שפּילן. הײַיאָר וועלן אָנטיילנעמען 78 דעלעגאַציעס און 9,000 אַטלעטן.

אויף דער לעצטער „מכּביה‟ מיט פֿיר יאָר צוריק, האָט דער געשעפֿטסמאַן, דזשעפֿרי סודיקאָף, זיך דערוווּסט, אַז עס וווינען ייִדן אין אַ צאָל לענדער, וואָס באַטייליקן זיך נישט אין דער „מכּביה‟. האָט ער זיך געוואָנדן צום „מכּבי וועלט־פֿאַראיין‟ מיט אַ פֿאָרלייג: צו שיקן עמעצן צו די „פֿאַרגעסענע‟ לענדער, כּדי צו ווערבירן זייערע ייִדישע טאַלאַנטן. אָט אַזוי איז געגרינדעט געוואָרן דער „פּראָיעקט פֿון קליינע און פֿאַרלוירענע קהילות‟, פֿינאַנצירט פֿון סודיקאָפֿן אַליין.

דער מענטש וואָס מע האָט געשיקט צו געפֿינען די ייִדישע אַטלעטן, הייסט מכּבי קאַראַסאָ, אַן 61־יאָריקער אייגנטימער פֿון אַן אויטאָ־אימפּאָרטיר־פֿירמע. צווישן יוני 2011 און יאַנואַר 2013 האָט קאַראַסאָ באַזוכט 18 לענדער אין דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע, לאַטײַן־אַמעריקע, קאַריבישע אינדזלען און אַנדערע. ער האָט באַצאָלט פֿאַר די וויזיטן פֿון דער אייגענער קעשענע.

בעת אַ טעלעפֿאָן־אינטערוויו פֿון זײַן שטוב אין מושבֿ בני־ציון, לעבן רעננה, האָט קאַראַסאָ דערקלערט: „מיר האָבֿן נישט געזוכט קיין סופּער־אַטלעטן; אונדזער ציל איז בלויז אָנצוקניפּן אַ פֿאַרבינדונג צווישן יענע ייִדן און דער דרויסנדיקער ייִדישער וועלט.‟

נאָך זײַן וויזיט אין דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע, האָט ער אַראַנזשירט ייִדישע דעלעגאַציעס פֿון באָסניע, קראָאַטיע, מאַקעדאָניע, סערביע און סלאָוועניע.

אין האַוואַנאַ, קובאַ, האָבן די אָרטיקע ייִדישע כּלל־טוער מסכּים געווען, נאָך בלויז אַ האַלבער שעה שמועסן מיט קאַראַסאָן. די קובאַנער דעלעגאַציע פֿון 46 מענטשן נעמט אַרײַן 11 פֿאָלקסטענצער, וואָס וועלן אויפֿטרעטן בײַ דער עפֿענונג־צערעמאָניע און אויף אַ טאַנץ־פֿעסטיוואַל אין כּרמיאל. אַחוץ די גאָנזאַלעז־קינדער, וועלן זיך אויך באַטייליקן די מיטגלידער פֿון אַ בייסבאָל־מאַנשאַפֿט, און מײַסטער פֿון קאַראַטע און פּינג־פּאָנג.

פֿון אַלע לענדער וואָס קאַראַסאָ האָט באַזוכט, איז דאָס שווערסטע פֿאַר אים געווען ניקאַראַגוואַ. צו דער זיצונג זענען געקומען בלויז אַ טוץ מענטשן, וואָס באַטרעפֿן מסתּמא אַ פֿערטל פֿון אַלע ייִדן אין לאַנד. „ווען ס׳וואָלט געווען מעגלעך, וואָלט איך זיי אַלע געבראַכט צו וווינען דאָ אין ישׂראל,‟ האָט קאַראַסאָ באַמערקט. „אין אַנדערע לענדער קען איך נאָך זען אַ צוקונפֿט פֿאַר ייִדן, אָבער אין ניקאַראַגוואַ — בכלל נישט.‟

די ניקאַראַגווער דעלעגאַציע איז טאַקע די קלענסטע פֿון אַלע: בלויז צוויי ווײַט־לויפֿער און אַ שאַך־שפּילער.

דאָס אַריבערברענגען אַלע אַטלעטן און די הוצאָות פֿאַר זייער אײַנשטיין אין האָטעלן איז נישט געווען ביליק: צווישן 700,000 און 850,000$. סודיקאָף האָט אָבער נישט קיין חרטה. „אין דער נאַכט פֿונעם 18טן יולי, וועל איך זיך באַטייליקן אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע, און זײַן זייער שטאָלץ מיט אַלץ, וואָס מיר האָבן אויפֿגעטאָן,‟ האָט ער געזאָגט.