גאָר אַ קליינע צאָל ייִדן איז פֿאַרבליבן אין הײַנטיקן פּוילן. אָבער שפּורן פֿון ייִדישן לעבן און שטאַרבן האָבן אין משך פֿון יאָרהונדערטער אַזוי געדיכט אָנגעזעטיקט די פּוילישע לאַנדשאַפֿט, אַז זיי באַווײַזן זיך, ממש פֿון אונטער דער ערד, אין פֿאַרשיידענע געגנטן פֿון דער מדינה. אין מײַ חודש האָט די מעדיאַ מיטגעטיילט וועגן ייִדישע מצבֿות, וואָס מע האָט געפֿונען בײַם רעקאָנסטרויִרן דעם מאַרק-פּלאַץ אין סאָקאָלאָוו-פּאָדלאַסקי, ניט ווײַט פֿון דעם טרעבלינקע-לאַגער. אויך בײַם דורכפֿירן עפּעס אַן אַרבעט אין מאַרק-פּלאַץ פֿון דער שטאָט פּאָדעביצע האָט מען אַנטפּלעקט אָנדערטהאַלבן הונדערט מצבֿות, אויסגענוצט ווי אַ בוי-מאַטעריאַל. אין ביידע פֿאַלן זײַנען עס רעשטלעך פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע.
אין אַפּריל האָט דער זשורנאַל Tablet דערציילט וועגן דעם אויפֿטו פֿון דעם פֿאָטאָגראַף לוקאַש באַקסיק, וואָס איז אין די יאָרן 2008–2012 אַרומגעפֿאָרן איבער פּוילן, דאָקומענטירנדיק דעם גורל פֿון ייִדישע מצבֿות. תּחילת האָבן די דײַטשן און דערנאָך פּאָליאַקן „פּראַקטיש‟ אויסגענוצט, און צו מאָל נוצט נאָך אַלץ אויס, די מצבֿות בײַם דורכלייגן וועגן, בויען ווענט און אויסאַרבעטן כּלערליי אַנדערע זאַכן, אַרײַנגערעכנט אַ זאַמדקאַסטן פֿאַר קינדער. אין אייניקע ערטער האָט מען זיי ווידער אַ מאָל געשטעלט ווי מצבֿות, אָבער קריסטלעכע, מיט אַ נײַעם טעסט. אייניקע פֿון די פֿאָטאָס קען מען זען אין
//www.tabletmag.com/jewish-arts-and-culture/128998/poland-undead-gravestones
די טעג האָב איך זיך צופֿעליק אָנגעשטויסן אויף דעם פֿילם Pokłosie — אַ וואָרט, וואָס איז שווער איבערצוזעצן פּינקטלעך אויף ייִדיש (ווי אויך אויף ס’רובֿ אַנדערע שפּראַכן), ווײַל אַ חוץ דעם באַטײַט פֿון „קאָנסעקווענץ‟, טראָגט עס אין זיך דעם זין פֿון די רעשטלעך, וואָס בלײַבן אין די פֿעלדער נאָך אַ שניט. אויף ייִדיש איז דאָ פֿאַר דעם אַ וואָרט „סטערניע-פֿעלד‟, אָבער איך בין גאָר ניט זיכער, צי אין די הײַנטיקע טעג איז עס אַ „וואָרט פֿון אַ גאַנץ יאָר‟ אינעם וואָקאַבולאַר פֿון די „פֿאָרווערטס‟-לייענער. אין דעם פֿילם, וואָס איז אַרויס סוף האַרבסט 2012, זײַנען וויכטיק אַלע באַטײַטן פֿון דעם דאָזיקן וואָרט, מיט אַן אַלוזיע צו „וואָס מע זייט, דאָס שנײַדט מען‟, אָדער „וואָס פֿאַר אַ זריעה, אַזאַ תּבֿואה‟.
דער סיפּור-המעשׂה פֿונעם פֿילם איז אַזאַ: אַרום יאָר 2000 קומט פֿון טשיקאַגע אין זײַן דאָרף, ערגעץ אין פּוילן, פֿראַנצישעק קאַלינאַ. אין דעם דאָרף וווינט און אַרבעט ווי אַ פֿאַרמער זײַן ייִנגערער ברודער, יוזעף. מע קען ניט זאָגן, אַז אויף מײַן שׂכל האָט זיך געלייגט די גאַנצע געשיכטע פֿון זײַן קומען, ווי אויך אַ צאָל אַנדערע, ניט אין גאַנצן לאָגישע, אַנטוויקלונגען אין דעם פֿילם. אַזוי צי אַזוי, אָבער דער גאַסט זעט, אַז זײַן ברודער ווערט געהאַסט דורך אַלע תּושבֿים, אַ חוץ דעם אַלטן גלח און איינער אַ קראַנקן-שוועסטער. איך האָב דערוואַרט, אַז אַרום דער קראַנקן-שוועסטער וועט זיך פֿאַרדרייען עפּעס אַ ליבע-געשיכטע, אָבער דער פֿילם האָט ניט קיין אָרט פֿאַר אַזעלכע זאַכן. ס’איז וויכטיק, אַ פּנים, געווען צו האָבן אַ שיינע פֿרוי ווי אַ קאָנטראַסט צו די מיאוסע צורות פֿון דעם איבעריקן עולם.
ביסלעכווײַז דערוויסט זיך דער אַמעריקאַנער גאַסט וועגן דער סיבה, פֿאַר וואָס איז אַזאַ אַטמאָספֿער אַרום זײַן ברודער. יענער האָט צונויפֿגעקליבן פֿונעם גאַנצן דאָרף הונדערטער ייִדישע מצבֿות און זיי געשטעלט אויף זײַן פֿעלד. נאָך מער: ער האָט זיך ערגעץ אויסגעלערנט צו לייענען און פֿאַרשטיין, וואָס עס שטייט אויף זיי אויסגעקריצט. פֿראַנצישעק, וואָס מאַכט ניט קיין סוד פֿון זײַן אַנטיסעמיטיזם, פּרוּווט אײַנרעדן דעם ברודער אויפֿצוהערן זיך פֿאַרנעמען מיט אַזעלכע נאַרישקייטן; אָבער זייער גיך (כ‘וואָלט אַפֿילו געזאָגט, צו גיך) הייבט ער אָן צו העלפֿן דעם ברודער צו ברענגען די לעצטע מצבֿות.
בעת-מעשׂה, קלאָרט זיך אויס, אַז קאַלינאַ און אַ היפּש ביסל אַנדערע פּויערים באַלעבאַטעווען אויף דער ערד, און וווינען אין די הײַזער, וואָס האָבן געהערט צו די בערך הונדערט ייִדן, וועלכע די קריסטלעכע דאָרפֿסלײַט, אַרײַנגערעכנט דעם פֿאָטער פֿון די ברידער קאַלינאַ, האָבן אַכזריותדיק דערהרגעט בעת דער מלחמה, אין 1941, אַן ערך אַזוי, ווי דאָס איז פֿאָרגעקומען אין יעדוואַבנע.
דער סוף איז אַ סימבאָלישער (איך וואָלט געזאָגט, צו אַ סימבאָלישער): דעם ייִנגערן ברודער געפֿינט מען אַ געקרייציקטן אויף דער טיר פֿון זײַן שטאַל, און דער עלטערער ברודער ברענגט אויף דעם פֿעלד מיט מצבֿות אַ גרופּע ישׂראלים, און אַ פֿרומער ייִד זאָגט קדיש בײַ די דאָזיקע מצבֿות.
אַ שאָד, וואָס דער רעזשיסאָר, וולאַדיסלאַוו פּאַסיקאָווסקי, האָט זיך צוגעכאַפּט צו קלישעען און דערמיט אָפּגעשוואַכט זײַן פֿילם. גלײַכצײַטיק, איז עס, בלי-ספֿק, געווען אַ דרייסטע זאַך — צו רעדן אַזוי אָפֿן אי וועגן דעם חורבן, אי וועגן דעם הײַנטיקן קלימאַט אין דער פּוילישער געזעלשאַפֿט. אַ סך מענטשן אין פּוילן האָבן די אַרבעט דעפֿינירט ווי אַן „אַנטי-פּוילישע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.