פּוילן וואַרפֿט אָפּ שחיטה

Poland Rejects Kosher Slaughter

אַ פּוילישע חיות־רעכט גרופּע דעמאָנסטרירן אין וואַרשע דעם 11טן יולי קעגן שחיטה אין לאַנד.
Facebook
אַ פּוילישע חיות־רעכט גרופּע דעמאָנסטרירן אין וואַרשע דעם 11טן יולי קעגן שחיטה אין לאַנד.

פֿון ייִט״אַ

Published July 14, 2013, issue of August 02, 2013.

דער פּוילישער פּאַרלאַמענט האָט אָפּגעוואָרפֿן אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס וואָלט לעגאַליזירט שחיטה אין פּוילן. קעגן דעם געזעץ־פּראָיעקט, וואָס וואָלט דערלאָזט שחיטה בלויז אין אַ שעכטהויז, האָט מען פֿרײַטיק אָפּגעשטימט 222 — 178.

ביז הײַנטיקס יאָר האָט פּוילן דערלאָזט שחיטה, און דערבײַ פֿאַרדינט 650 מיליאָן דאָלאַר דורך דעם עקספּאָרט פֿון כּשר און כאַלאַל־פֿלייש קיין ישׂראל און מוסולמענישע לענדער, ווי עגיפּטן און איראַן. יאַנואַר האָט מען אָפּגעשטעלט די שחיטה, נאָך דעם ווי אַ געריכט האָט געפּסקנט, אַז דאָס לאַנד האָט נישט דאָס רעכט צו דערלאָזן שחיטה צוליב רעליגיעזע טעמים. דאָס געריכט האָט געפּסקנט וועגן דעם ענין נאָך דעם ווי די חיות־רעכט אַקטיוויסטן האָבן אײַנגעגעבן אַ פּראָטעסט.

צענדליקער פּוילישע פֿאַרמער האָבן מיטוואָך דעמאָנסטרירט אין וואַרשע, מע זאָל יאָ לאָזן שחיטה אין לאַנד. פֿרײַטיק האָבן ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אויסגעדריקט צער, וואָס דאָס געזעץ איז נישט אָנגענומען געוואָרן — „ייִדישע קהילות אין אייראָפּע וועלן זײַן פֿאַרצרהט, וואָס דער פּוילישער פּאַרלאַמענט האָט געשטימט קעגן דער רעליגיעזער פֿרײַהייט פֿאַר זײַנע ייִדישע און מוסולמענישע בירגער‟, האָט געזאָגט פּנחס גאָלדשמידט, פּרעזידענט פֿון דער „קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים‟.

„די אָפּשטימונג הײַנט אינעם סיים איז אַ גרויסע אַנטוישונג‟ האָט דערקלערט די גרופּע „שחיטה UK‟, אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס שטיצט די שחיטה אין פּוילן. די גרופּע האָט געזאָגט, אַז זי וועט העלפֿן דעם פּוילישן הויפּט־רבֿ מײַקל שודריך און דער „קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים‟, מע זאָל בײַקומען די איצטיקע מפּלה. „די קאָנפֿערענץ פֿון אייראָפּעיִשע רבנים‟ האָט באַטאָנט, אַז „אַ סך אומפּינקטלעכע אינפֿאָרמאַציע האָט מען געהערט אין די דעבאַטעס אינעם פּוילישן פּאַרלאַמענט‟ אַרום דעם ענין. „מיר ווילן אין גיכן זיך טרעפֿן מיטן פּוילישן פּרעמיער, און אויספֿאָרשן, וואָס נאָך פֿאַר אַ לעגאַלע מיטלען מע קען ניצן‟, האָט ווײַטער געזאָגט די „קאָנפֿערענץ‟.

הרבֿ שודריך און פּיאָטר קאַדלטשיק, פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע רעליגיעזע קהילות אין פּוילן‟ האָבן צוזאַמען דערקלערט, אַז די אָפּשטימונג איז געווען אַ „שאָק‟ „יעגערײַ פֿאַר ספּאָרט איז לעגאַל אין פּוילן‟ האָבן זיי באַמערקט, קומט אויס, אַז די אָפּשטימונג אין פּאַרלאַמענט איז אַ היפּאָקריטסווע, וואָס פֿאַרדעקט דיסקרימינאַציע קעגן אַ טייל פֿון דער בירגערשאַפֿט.‟