בר-כּוכבאס רעוואָלוציע

Was Bar Kokhba a Socialist?

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 16, 2013, issue of August 02, 2013.

ניל פֿאָלקנער
ניל פֿאָלקנער

מיט 1880 יאָר צוריק — אָדער מיט אַ פּאָר יאָר ווייניקער, לויט אַנדערע חשבונות — האָט דער רוימישער מיליטערישער פֿירער טורנוסרופֿוס צעאַקערט דאָס אָרט, וווּ ס׳איז געשטאַנען דער בית-המיקדש, כּדי צו דערנידעריקן די ייִדן און צו מאַכן זיכער, אַז זיי וועלן זיך מער נישט קעגנשטעלן דער רוימישער מאַכט. לויט דער ייִדישער מסורה, איז עס געשען תּשעה-באָב. מיט אַ יאָר פֿריִער, דעם זעלבן טאָג, האָבן די רוימער צעשטערט ביתר, די באַרימטע ייִדישע פֿעסטונג, און אויסגעהרגעט מער ווי 100,000 ייִדן. קאַסיוס דיאָ, דער רוימישער קאָנסול, האָט איבערגעגעבן, אַז בסך-הכּל האָט זײַן אַרמיי פֿאַרניכטעט 580,000 ייִדן און צעשטערט איבער אַ טויזנט ייִדישע שטעט און דערפֿער. שמעון בר-כּוכבא, דער לעגענדאַרער מנהיג פֿונעם ייִדישן אַנטי-רוימישן אויפֿשטאַנד, איז אומגעקומען אין ביתר צוזאַמען מיט זײַנע סאָלדאַטן.

אינעם יאָר 70 האָבן די רוימער, אונטער דער מאַכט פֿונעם קיניג טיטוס, צעשטערט דעם בית-המיקדש, האָפֿנדיק, אַז דאָס וועט אָפּשטעלן דעם ריזיקן ייִדישן אויפֿשטאַנד. ווי ס׳איז באַקאַנט, איז עס אויך געשען תּשעה-באָבֿ. נישט געקוקט אויף דער גראַנדיעזער היסטאָרישער מפּלה, האָט דער אויפֿשטאַנד געפֿלאַקערט אין געוויסע ערטער נאָך דרײַ יאָר.

יוסף פֿלאַוויוס האָט געשריבן, אַז בעת דער דאָזיקער מלחמה זענען אומגעקומען איבער אַ מיליאָן מענטשן. אַ טייל זענען דערהרגעט געוואָרן און אַ טייל געשטאָרבן פֿון הונגער. אַרום 100 טויזנט ייִדן זענען פֿאַרשקלאַפֿט און פֿאַרשיקט געוואָרן אין אַנדערע ראַיאָנען פֿון דער רוימישער אימפּעריע.

להיפּוך צו דעם פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, זענען ווײַט נישט אַלע ייִדן פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון ארץ-ישׂראל. אין עגיפּטן, פּערסיע און אַנדערע לענדער זענען נאָך פֿריִער געווען גרויסע ייִדישע קהילות. רבי יוחנן בן זכּאַי האָט אויסגעבעטן בײַ די רוימער אַ דערלויבעניש צו עפֿענען אַ גרויסע תּורה-אַקאַדעמיע אין יבֿנה, וועלכע האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון דער הײַנטיקער גלות-ייִדישקייט. פֿונדעסטוועגן, האָט די מפּלה פֿונעם אויפֿשטאַנד אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מהומה בײַ ייִדן און געביטן דאָס גאַנצע פּנים פֿון דער ייִדישער גײַסטיקער טראַדיציע.

די רוימער האָבן זיך נישט גערעכנט, אַז שפּעטער מיט 60 יאָר נאָך דער פֿאַרשפּילטער מלחמה וועט מיטן זעלבן כּוח אויפֿפֿלאַקערן אַ נײַער ריזיקער אויפֿשטאַנד. די אויפֿשטענדלער — קנאָים אָדער זעלאָטן — האָבן געקעמפֿט מיט אַ זעלטענער העלדישקייט און מסירת-נפֿש, דערקלערנדיק, אַז בלויז גאָט איז דער אמתער קיניג און קיין מענטש האָט נישט קיין רעכט צו געוועלטיקן איבער אַ צווייטן.

בר-כּוכבא איז געבליבן אַ סתּירותדיקע פֿיגור אינעם ייִדישן זכּרון. אין דער גמרא ווערט ער אָנגערופֿן בר-כּוזיבא, „דער זון פֿון שקר‟, ווײַל זײַן משיחישער אויפֿשטאַנד איז טראַגיש דורכגעפֿאַלן און האָט גורם געווען אַ ריזיקן חורבן. נישט געקוקט אויף דעם, איז זײַן געשטאַלט לאַוו-דווקא אַ נעגאַטיווער. רבי עקיבֿא, דער גרויסער תּלמודישער חכם, האָט צווישן די ערשטע געגלייבט אין בר-כּוכבאס משיחישער מיסיע; די רוימער האָבן אים שרעקלעך פֿאַרפּײַניקט אויף טויט צוליב זײַן באַטייליקונג אינעם אויפֿשטאַנד.

ווי אַזוי קאָן זײַן, אַז אַזאַ גרויסער תּלמיד-חכם האָט געמאַכט אַזאַ גרויסן טעות? רבי צדוק לובלינער, אַ קלאַסישער חסידישער דענקער, האָט אויף דעם געענטפֿערט, אַז רבי עקיבֿא איז טאַקע געווען גערעכט: בר־כּוכבא איז יאָ געווען אַ משיחישע פֿיגור, משיח בן יוסף, אָבער נישט דער ענדגילטיקער גואל-צדק, משיח בן דוד.

אַ בריוו פֿון שמעון בר-כּוכבא
אַ בריוו פֿון שמעון בר-כּוכבא

דער סאַטמאַרער רבי, יואל טייטלבוים, האָט אין זײַנע אַנטי-ציוניסטישע ספֿרים גאָר שאַרף קריטיקירט אַלע מינים פּראָטאָ-ציוניסטישע באַוועגונגען און האָט באַשולדיקט בר-כּוזיבא אינעם גורם זײַן אַ שרעקלעכן חורבן צוליב דעם, וואָס ער האָט געפּרוּווט אַרויסצופֿירן די ייִדן פֿונעם גלות פֿאַר דער אמתער ביאת-המשיח. פֿונדעסטוועגן, האָט דער סאַטמאַרער רבי אויך באַמערקט, אַז דער לעגענדאַרער אויפֿשטענדלער איז געווען אַ גרויסער צדיק און אַ פּאָטענציעלער משיח.

אַ ריי פֿאָרשונגען ווײַזן אָן, אַז בר־כּוכבא איז געווען, אַזוי ווי די פֿריִערדיקע קנאָים, נישט אַ פֿאָרלויפֿער פֿון הערצל און בן-גוריון, נאָר גיכער אַ מין אוראַלטער וואַריאַנט פֿון לענין אָדער טראָצקי. אַזעלכע מיטל־עלטערלעכע ייִדישע היסטאָרישע ספֿרים, ווי „סדר הדורות‟, באַטאָנען, אַז דער אויפֿשטאַנד קעגן דער רוימישער אימפּעריע איז געקומען פֿון די איסיים — די באַרימטע קאָמונאַלע ייִדישע גרופּע, וועלכע האַָט זיך באַצויגן מיט אַ בפֿירושן פֿאַראַכט צו דער אימפּערישער מאַכט און געלט-באַציִונגען.

ניל פֿאָלקנער, אַ באַקאַנטער בריטישער אַרכעאָלאָג און היסטאָריקער, ווײַזט אָן אין זײַן בוך „אַפּאָקאַליפּסיס: דער גרויסער ייִדישער אויפֿשטאַנד קעגן רוים אין די יאָרן 66־73‟, אַז די ייִדישע באַפֿרײַונג-מלחמה איז געווען בעצם אַ פּויערישער אויפֿשטאַנד קעגן דער רײַכער אַריסטאָקראַטיע און די רוימישע מלוכישע אינסטאַנצן, וועלכע האָבן כּסדר באַרויבט דאָס אָרעמע פֿאָלק.

יעווגעני וואַלענבערג, אַ רוסלענדישער פֿאָרשער, האָט פֿאָרגעלייגט אַן ענלעכן מאָדעל פֿון בר־כּוכבאס באַוועגונג. וואַלענבערג רופֿט זיך אָן אַן „אָרטאָדאָקסישער בר־כּוכביסט‟ און מישט אין זײַנע געדאַנקען צונויף רעליגיעזע און לינקע מאָטיוון. ווען דער מחבר פֿון די שורות האָט זיך באַקענט מיט דער דאָזיקער טעאָריע, האָב איך, צוערשט, געמיינט, אַז ס׳איז איבערגעטריבן. וואַלענבערג ברענגט אָבער אַ סך קאָנקרעטע ראיות, אַרײַנגערעכנט פֿאַרשיידענע דאָקומענטן, וואָס די אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט אין ביתר.

בר־כּוכבא האָט פֿאַראייניקט די ייִדישע פּויערים און בעל-מלאכות, וועלכע זענען געווען שטאַרק אויפֿגעבראַכט אויף דער רוימישער מאַכט און די אָרטיקע ייִדישע אַריסטאָקראַטן. אַ צאָל דאָקומענטן ווײַזן אָן, אַז נישט אַלע אויפֿשטענדלער זענען געווען ייִדן. דער עיקר-כּוח, וועלכער האָט באַוועגט די אויפֿשטענדלער, איז נישט געווען אַ רעליגיעזער פֿונדאַמענטאַליזם און זיכער נישט קיין נאַציאָנאַליזם אינעם הײַנטיקן זין פֿונעם וואָרט, נאָר כּמו־סאָציאַליסטישע געדאַנקען, אויסגעמישט מיטן משיחישן אַפּאָקאַליפּטישן גײַסט.

ניל פֿאָלקנערס בוך וועגן דער ייִדיש-רוימישער מלחמה
ניל פֿאָלקנערס בוך וועגן דער ייִדיש-רוימישער מלחמה

וואַלענבערג האַלט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע קנאָים, האָט דער רעליגיעזער עלעמענט געשפּילט אַ קלענערע ראָלע אין בר־כּוכבאס מלחמה. פֿונדעסטוועגן, ווען מע קוקט אַרײַן אין די דאָקומענטן פֿון יענער תּקופֿה, פֿילט זיך אין זיי דער גײַסט פֿון די איסיים. די רעוואָלוציאָנערן, אָנגעפֿירט דורך בר-כּוכבא, האָבן געשטרעבט צו צעטיילן דאָס לאַנד און רעסורסן צווישן די פּויערים און אַרבעטער, ווי אויך צו אָרגאַניזירן די אַרבעט אויף אַ קאָלעקטיוון אופֿן.

ס׳איז מעגלעך, לויט וואַלענבערגן, אַז די מפּלה פֿון בר-כּוכבאס רעוואָלוציע האָט זיך שפּעטער אָפּגערופֿן אין די פֿאַטאַליסטישע שטימונגען פֿון פֿאַרשיידענע מיטל-עלטערלעכע ראַדיקאַלע באַוועגונגען אַרום דער וועלט, פֿון פֿראַנקרײַך ביז פּערסיע. אויב אַזוי, האָט דער לעגענדאַרער ייִדישער רעוואָלוציאָנער טאַקע אויסגעשפּילט אַ געוויסע גלאָבאַלע משיחישע ראָלע.

כּדי אויסצוגעפֿינען, צי אַזאַ צוגאַנג צו בר־כּוכבאס אויפֿשטאַנד איז טאַקע באַרעכטיקט, האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיטן דערמאָנטן מחבר ניל פֿאָלקנער. דער היסטאָריקער האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז בר-כּוכבאס מלחמה איז טאַקע געווען, לויט זײַן מיינונג, בעצם אַן אַנטי-אימפּעריאַליסטישער פּויערישער אויפֿשטאַנד — פּונקט ווי די ערשטע גרויסע אַנטי-רוימישע ייִדישע מלחמה פֿון די יאָרן 66—73.

דער אויפֿקום פֿון אַלע דרײַ מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס — ייִדישקייט, קריסטנטום און איסלאַם — האָט צו טאָן, לויט פֿאָלקנערן, מיטן סאָציאַלן געראַנגל. יעזוס, שמעון בר גיורא (אַ באַרימטער ייִדישער אויפֿשטאַנד-פֿירער פֿונעם ערשטן יאָרהונדערט), בר-כּוכבא און די איסיים, זענען אַלע געווען רעוואָלוציאָנערן, וועלכע האָבן געקעמפֿט קעגן די רוימישע שטײַער-זאַמלער, גריכישע סוחרים און די אָרטיקע ייִדישע עקספּלואַטאַטאָרן.

פֿאָלקנער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז ס׳איז נישט כּדאַי צו מאַכן קאָנקרעטע היסטאָרישע פּאַראַלעלן, ווײַל יעדע תּקופֿה האָט אַן אַנדער היסטאָרישן קאָנטעקסט. די אויפֿשטאַנדן פֿון די אָרעמע קלאַסן, אָנגעפֿירט דורך בר-גיורא און בר-כּוכבא, האָבן גאָרנישט צו טאָן מיטן הײַנטיקן ציוניזם. ס׳איז אָבער אויך נישט כּדאַי צו פֿאַרגלײַכן די אַמאָליקע אויפֿשטענדלער מיט אַזעלכע קאָנקרעטע פֿיגורן, ווי טראָצקי.

לויט אַזאַ פּערספּעקטיוו, קאָן תּשעה-באָב באַטראַכט ווערן ווי דער טאָג, ווען מיר דערמאָנען זיך וועגן די דורכגעפֿאַלענע היסטאָרישע קאַמפֿן פֿאַרן סאָציאַלן יושר. די חז״ל באַטאָנען טאַקע אין גמרא, אַז כּל-זמן אָרעמקייט און אומיושר עקזיסטירן אין דער וועלט, בלײַבן מיר נאָך אַלץ אין גלות.