דעם 15טן יולי מערקן מיר אָפּ דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. מיר וועלן הערן עטלעכע פֿאָרלייענעונגען און זינגלידער, געשאַפֿן אויף זײַנע ווערק.
סוצקעווער איז געבוירן געוואָרן אינעם ווײַסרוסישן שטעטל סמאָרגאָן אין אַ משפּחה פֿון רבנים און גדולי־התּורה. ווען ער איז קוים אַלט געוואָרן אַ יאָר האָט אויסגעבראַכן די ערשטע וועלט־מלחמה און די משפּחה האָט געמוזט אַנטלויפֿן און דערגרייכט אַזש קיין סיביר. אין 1920 איז פֿון אַ האַרץ־פֿעלער געשטאָרבן זײַן טאַטע. שפּעטער וועט דער פּאָעט אָנשרײַבן וועגן דעם טאַטנס טויט אַזוי:
מײַן טאַטן האָט צו דרײַסיק יאָר געפּלאַצט דאָס האַרץ בײַם שפּילן
ר‘ לוי־יצחקס ניגון אויף אַ פֿידעלע פֿאַר נאַכט.
אומקערנדיק זיך אין סמאָרגאָן און דערזען, אַז די שטאָט ליגט אין רויִנען, איז זײַן מוטער ריינע אַריבערגעפֿאָרן מיט די קינדער קיין ווילנע. דעם זון האָט זי אָפּגעגעבן אין חדר און דערנאָך אין דער תּלמוד־תּורה „בית יהודה‟. זײַן וועלטלעכע בילדונג האָט סוצקעווער באַקומען אין דער ייִדיש־פּוילישער גימנאַזיע; אַ סך זיך געלערנט אין דער סטראַשון־ביבליאָטעק, ווי אויך געווען אַ פֿרײַער צוהערער אין אוניווערסיטעט.
לידער האָט סוצקעווער אָנגעהויבן שרײַבן אין 1927, אויף העברעיִש; אָבער אין די 1930ער יאָרן, נאָכן טרעפֿן זיך און פֿאַרחבֿרן זיך מיט מיכאל אַסטור און לייזער וואָלף אין דעם סקיפֿישן לאַגער „בין‟, האָבן זיי שפּעטער געגרינדעט די גרופּע „יונג־ווילנע‟, צו וועלכער עס זײַנען צוגעקומען משה באַסין, פּרץ מיראַנסקי, חיים גראַדע און אַנדערע.
אין 1933 דעביוטירט סוצקעווער מיט דער ליד „אַ מאַקסנבאַל‟ אין דער וואַרשעווער „וואָכנשריפֿט פֿאַר ליטעראַטור‟ און אויך אין „ווילנער טאָג.‟ זײַן ערשט בוך „לידער‟ איז אַרויס מיט פֿיר יאָר שפּעטער אויך אין וואַרשע און איז זייער גוט אָפּגעשאַצט געוואָרן מצד דער קריטיק. עס זײַנען באַטאָנט געוואָרן די חידושים, וואָס דער יונגער דיכטער האָט אַרײַנגעבראַכט אין זײַנע לידער; אַ נײַע וועלט פֿון אימאַזשן, דיכטערישע לאַנדשאַפֿן, אַ נײַע שפּראַך, נײַע גראַמען.
אין 1941 האָט סוצקעווער געפֿירט אַ ראַדיאָ־שעה אין ווילנע, ווען די דײַטשן זײַנען אַרײַן אין דער שטאָט. זײַן מוטער איז ניט מסוגל געווען, צוליב דעם געזונט־צושטאַנד, צו פֿאַרלאָזן די שטאָט. האָט סוצקעווער, מיט זײַן פֿרוי און אַ גרופּע ייִדישע פּען־מענטשן געמאַכט אַ פּרוּוו זיך דורכצורײַסן צו דער רוסישער גרענעץ, אָבער אים און זײַן פֿרוי גיט זיך עס נישט אײַן און זיי קערן זיך אום קיין ווילנע.
זײַענדיק שוין אין דער ווילנער געטאָ, האָט דער פּאָעט נישט אַרויסגעלאָזט די פּען פֿון האַנט. די פּראָטאָטיפּן פֿון זײַנע ווערק זײַנען די מענטשן אַרום אים, די פֿאַקטן — וואָס ער האָט אַליין געזען, אָבער זײַן קינסטלערישע פּען האָט דערהויבן די דאָזיקע פֿיגורן און פּאַסירונגען ביז אַ סימבאָלישער מדריגה.
אין 1942 הייבט זיך פֿאַר אים אָן אַ נײַע העלדישע תּקופֿה; ער איז איינער צווישן די ייִדישע געלערנטע און שרײַבערס, וועלכע זײַנען געצוווּנגען געוואָרן צו מאַכן אַן אָפּקלײַב פֿון קולטור־אוצרות, וואָס האָבן זיך געפֿונען אין ווילנע, צום אַרויספֿירן זיי אין דײַטשלאַנד. ריזיקירנדיק מיטן לעבן, האָבן די מענטשן געראַטעוועט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים זעלטענע גײַסטיקע אוצרות סײַ ייִדישע און סײַ אַלוועלטלעכע. ד״ר הערצלס טאָגבוך, טוילסטויס און גאָרקיס בריוו, ביאַליקס בריוו; שלום־עליכמס כּתב־ידן, בילדער פֿון באַקאַנטע מאָלערס, בתוכם מאַרק שאַגאַל.
דעם 12טן סעפּטעמבער 1943, ערבֿ דער ליקווידאַציע, האָט ער זיך אַרויסגעשמוגלט פֿון ווילנער געטאָ, צוזאַמען מיט אַנדערע מיטגלידער פֿון דער „פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע‟. אין מאַרץ 1944 האָט דער סאָוועטישער מיליטערישער לופֿטפֿלאָט אַרויסגעשיקט אַן עראָפּלאַן ספּעציעל פֿאַר אים און זײַן פֿרוי, און זיי געבראַכט קיין רוסלאַנד. נאָך דער מלחמה, האָט סוצקעווער עדות געזאָגט בײַם נירנבערגער פּראָצעס פֿון די דײַטשישע מלחמה־פֿאַרברעכערס. אין סעפּטעמבער 1947 האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל מיט זײַן פֿרוי און טאָכטער.
אין 1949 האָט סוצקעווער אָנגעהויבן רעדאַקטירן דעם ליטעראַרישן זשורנאַל „די גאָלדענע קייט‟ און איז געבליבן זײַן רעדאַקטאָר ביז דער זשורנאַל האָט זיך געשלאָסן אין 1995. די פּובליקאַציעס פֿון זײַנע פּאָעטישע זאַמלונגען האָבן תּמיד אַרויסגערופֿן אַ יום־טובֿ אין אַלע ייִדישע קולטור־סבֿיבֿות איבער דער וועלט. ער איז געשטאָרבן דעם 20סטן יאַנואַר 2010, אָנערקענט ווי אַ נאַציאָנאַלער פּאָעט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
אונדזער קלאַנג־אַנטאָלאָגיע הייבט זיך אָן מיט סוצקעווערס ליד „שפּילצײַג‟, רעציטירט פֿון אייב ברומבערג, אויף זײַן רעקאָרידונג: „The Many Faces of Yiddish Poetry
די טאָראָנטער פּיאַניסטין מאַרילין לערנער און זינגער דוד וואָל האָבן געשאַפֿן אַ מעלאָדיע צו סוצקעווערס ליד „אַ הימען‟ אויף זייער קאָמפּאַקטל still soft voiced heart: new yiddish lieder
דער ישׂראלדיקער קאָמפּאָזיטער דניאל גלאַי האָט קאָמפּאַנירט אַ לענגערע שאַפֿונג אויפֿן סמך פֿון סוצקעווערס „דער צווילינגל‟. מיכאַיל בן־אַברהם איז דער רעציטאַטאָר אויף דער רעקאָרדירונג. מיר וועלן הערן „מײַנע פּאַסטקעס‟.
שבֿע צוקער האָט צונויפֿגעשטעלט אַ קאָמפּאַקטל „די גאָלדענע פּאַווע: דאָס קול פֿון דעם ייִדישן שרײַבער‟ Di Goldene Pave, אויף וועלכן מע קען הערן ווי סוצקעווער רעציטירט צוויי פֿון זײַנע לידער — „שמייכל פֿון מײַדאַנעק‟ און „ווער וועט בלײַבן‟
מיר פֿאַרענדיקן אונדזער אַנטאָלאָגיע מיט אַ נײַער שאַפֿונג פֿון דעם ערשט פֿאָרגלייענטן ליד, „ווער וועט בלײַבן‟, מוזיק פֿון זשעניע לאָפּאַטניק, פֿון כאַרקעוו. עס האָבן דאָס ליד עטלעכע קינסטלער רעקאָרידרט, צווישן זיי „Yiddish Princess‟, מיט דער זינגערין שׂרה־מינע גאָרדאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.