די לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן און זייערע יורשים האָבן באַקומען $1.24 ביליאָן דאָלער פֿון אַ שווייצער פֿאָנד, וואָס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין 1998, נאָך דעם ווי ס‘זענען אַנטפּלעקט געוואָרן הונדערטער שווייצער באַנק־קאָנטעס פֿון ייִדן, אומגעבראַכט אין דער מלחמה. דער שווייצער ייִדישער זשורנאַל „תּכלית‟ האָט געפֿונען די סטאַטיסטיק אין אַ באַריכט פֿונעם ניו־יאָרקער ריכטער עדוואַרד קאָרמאַן, דעם אויפֿזעער איבערן פֿאָנד.
קאָרמאַנס באַריכט האָט פֿאַרסך־הכּלט, ווי אַזוי די פֿאָנדן זענען אויסגעטיילט געוואָרן לויטן אָפּמאַך פֿון 1998 צווישן דעם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟ און די שווייצער באַנקען. די באַנקען האָבן צוגעזאָגט אויסצאָלן $1.25 ביליאָן, און די געלטער האָט מען איבערגעמאַכט אויף אָבליגאַציעס פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג. קאָרמאַן האָט פֿאַרענדיקט זײַן אַרבעט אין 2012.
אַ באַשטימטע סומע פֿון 5,000 דאָלער האָט מען אויסגעטיילט צו 12,300 תּובֿעים, וואָס זייערע יורידישע ענינים, האָט מען געהאַלטן ווי „מעגלעך, אָבער אָן קיין דאָקומענטאַציע‟. $426 מיליאָן האָט מען אויסגעצאָלט צו מענטשן מיט אַ פֿאַרבינדונג צו די „פֿאַרגעסענע‟ קאָנטעס אין די שווייצער באַנקען.
נאָך אַ ציל פֿונעם אָפּמאַך איז געווען צו טיילן געלט צו די לעבן־געבליבענע פֿון נאַצי־רדיפֿות, נישט געקוקט אויף דעם, צי זיי האָבן באַנק־קאָנטעס אין שווייץ צי נישט. בסך־הכּל האָבן 457,000 לעבן־געבליבענע און זייערע יורשים באַקומען געלט פֿונעם פֿאָנד. 200,000 מענטשן פֿון דער צאָל האָבן געאַרבעט ווי צוואַנג־אַרבעטער בײַ די נאַציס. 4,100 ייִדישע פּליטים וועלכע מע האָט זיי נישט געלאָזט אַריבערצוגיין די שווייצער גרענעץ במשך פֿון דער מלחמה, האָבן באַקומען $11.6 מיליאָן דאָלאַר.
לויט דער פֿראַנצייזישער נײַעס־אַגענטור AFP האָט קאָרמאַן אויסגעטיילט $200 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר 236,000 נויט־באַדערטפֿטיקע קרבנות פֿון דער נאַצי־־אָקופּאַציע, בפֿרט אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. „תּכלית‟ האָט אויך געשריבן, אַז דער בודזשעט פֿאַר דער אַדמיניסטראַציע פֿונעם פֿאָנד אין ציריך, האָט באַטראָפֿן $800,000 אַ חודש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.