תּל־אָבֿיבֿ. — כּמעט אַלע ישׁראלדיקע פֿירמעס, וועלכע זענען רעגיסטרירט אין די פֿאַראייניקטשע שטאַטן, זענען אינקאָרפּאָרירט אין דעלאַווער, און דער גובערנאַטאָר פֿונעם שטאַט, דזשעק מאַרקעל, באַמיט זיך איבערצוצײַגן אַ טייל פֿון די פֿירמעס צו מאַכן דעלאַווער פֿאַר דער הויפּטקוואַרטיר פֿון זייערע אַמעריקאַנער אָפּעראַציעס.
טויזנטער ישׂראלדיקע פֿירמעס זענען אינקאָרפּאָרירט אין דעלאַווער, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל הויך־טעכנאָלאָגישע קאָמפּאַניעס. „אַ סך פֿון די פֿירמעס קלײַבן אויס דעלאַווער צוליב דעם קאָרפּאָראַציע־געזעץ דאָ, וואָס איז זייער פֿאַרלאָזלעך,‟ האָט מאַרקעל געזאָגט, בעת אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון געשעפֿט־פֿירער. די וואָך האָט מאַרקעל אָנגעפֿירט מיט אַ דעלעגאַציע פֿון אונטערנעמער און געשעפֿטסלײַט אין דעלאַווער, וועלכע ווילן פֿירן געשעפֿטן אין ישׂראל און זוכן געלעגנהייטן פֿאַר קאָלאַבאָראַציע מיט די ישׂראלדיקע פֿירמעס.
„מיר ווילן זײַן זיכער, אַז די ישׂראלדיקע פֿירמעס האָבן אונדז אין זינען, ווען זיי קלערן וועגן אָנהייבן אַן אַמעריקאַנער אָפּעראַציע,‟ האָט דערקלערט גובערנאַטאָר מאַרקעל, דער איינציקער אַמטירנדיקער ייִדישער גובערנאַטאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ער דינט ווי דער גובערנאַטאָר פֿון דעלאַווער זינט 2009.
צוליב דעם וואָס דעלאַווער איז איינער פֿון די קלענסטע שטאַטן אין אַמעריקע, איז די ביוראָקראַטיע נישט אַזוי פֿאַרדרייט, און די געשעפֿט־פֿירער האָבן אַ גרינגערן צוטריט צו הויכע־באַאַמטע פּאָליטיקער. בערך 55% פֿון די אַמעריקאַנער פֿירמעס אויף דער בערזע האָבן זייער לעגאַלן צענטער אין דעלאַווער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.