גרויסע פּלענער פֿאַר באר־שבֿע

Beersheba Makes Big Plans


פֿון בען סיילס (ייִט״אַ)

Published July 17, 2013, issue of August 02, 2013.

באר־שבֿע. — אין פֿיר יאָר, זאָגט מען, וועט די שטאָט זײַן נאָך גרעסער ווי דער ניו־יאָרקער צענטראַל־פּאַרק, און וועט באַשטיין פֿון גרינע פֿעלדער, אַ ספּאָרט־סטאַדיאָן, אַן אָזערע און אַ טײַך פֿון איבערגעאַרבעטן וואַסער.

הגם דערווײַל זעט מען אינעם „באר־שבֿע טײַך און פּאַרק‟ נאָך אַלץ אַ סך זאַמד און שמוץ, האָבן זיך שוין דאָרט באַוויזן עטלעכע מוזייען און רעסטאָראַנען; מע האַלט אין מיטן בויען צען פֿאַרמעגלעכע געגנטן צפֿון פֿון דער שטאָט, און צה״ל בויט דאָרט אַ ריזיקן טרעניר־קאָמפּלעקס מיט זיבן באַזעס.

דעם 14טן יולי האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג געמאָלדן, אַז זי וועט במשך פֿון די קומענדיקע פֿינף יאָר, אינוועסטירן 140 מיליאָן דאָלאַר, כּדי אַרײַנצוברענגען נײַע אײַנוווינער און געשעפֿטן אינעם נגבֿ.

די ישׂראלים האָבן לאַנגע יאָרן באַטראַכט באר־שבֿע ווי דאָס גרעסטע „אַנטוויקלונג־שטעטל‟ אין לאַנד: דאָס ערשטע, און אַ מאָל דאָס איינציקע אָרט פֿאַר די אימיגראַנטן פֿון מאַראָקאָ, עטיאָפּיע, אינדיע און רוסלאַנד. פֿון דעסטוועגן, קען מען זען, נישט ווײַט פֿונעם צענטער, גרינע פֿעלדער (אַפֿילו אין יולי), ווי אויך ביימער, פּריוואַטע הײַזער און פֿאָנטאַנען.

אין דער אַלטער שטאָט, וואָס איז געבויט געוואָרן אונטער די טערקן אינעם 19טן יאָרהונדערט, שטייען הײַנט לעבן די אָפּגעלאָזענע אַלטע בנינים אַ צאָל מאָדערנע דירות און מאָדערנע רעסטאָראַנען. אין אַ טייל פֿון די דירות וווינען די סטודענטן פֿונעם בן־גוריון אוניווערסיטעט אין נגבֿ.

מער ווי 100 פֿון די סטודענטן־דירות ווערן סובסידירט פֿון דער שטאָט, און דערפֿאַר אַרבעטן די סטודענטן אַכט שעה אַ וואָך, ווי וואָלונטירן, אין פֿאַרשידענע שטאָט־פּראָגראַמען. די אוניווערסיטעט־באַאַמטע האָפֿן, אַז די סטודענטן וועלן בלײַבן דאָ וווינען, אַפֿילו נאָך דעם ווי זיי גראַדויִרן.

„דער אוניווערסיטעט איז געגרינדעט געוואָרן מיט אַ שליחות צו אַנטוויקלען דעם ראַיאָן,‟ האָט דערקלערט פֿיי ביטקער, די מעדיאַ־דירעקטאָרין פֿונעם אוניווערסיטעט. „מיר ווילן בויען אַ גאַנצע עקאָ־סיסטעם פֿון אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, דעם מיליטער, הײַ־טעק פֿירמעס און אַ שפּיטאָל.‟

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 10 יאָר האָט דער „קרן־קימת‟ אינוועסטירט 40 מיליאָן דאָלאַר אין אַ פּראָיעקט, צוצוציִען אַ האַלבן מיליאָן ישׂראלים אין די קומעדיקע 20 יאָר. די ישׁראלדיקע אימיגראַציע־אָרגאַניזאַציע „נפֿש בנפֿש‟ האָט אויך געגעבן פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר משפּחות, וואָס באַזעצן זיך אינעם נגבֿ.

אין 2010 האָבן פֿופֿציק משפּחות פֿון אַ פּראָגרעסיווער אָרטאָדאָקסישער קהילה זיך אײַנגעאָרדנט אין באר־שבֿע, האָפֿנדיק צו פֿאַרבעסערן דעם ראַיאָן, סײַ פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכן קוקווינקל, סײַ פֿון אַ רעליגיעזן. זיי טוען וואָלונטיר־אַרבעט אין די אימיגראַציע־אַבסאָרפּציע צענטערס, אָרגאַניזירן לעקציעס און סאָציאַלע פּראָגראַמען, און האָבן דאָרט געגרינדעט אַ ליבעראַלע אָרטאָדאָקסישע תּפֿילה־גרופּע.

אָבער באר־שבֿעס גרעסטע האָפֿענונג איז דער נײַער טרעניר־קאָמפּלעקס פֿון צה״ל, וואָס דאַרף געעפֿנט ווערן אין 2015, און דערבײַ שאַפֿן 10,000 שטעלעס. בן־גוריון אוניווערסיטעט האָפֿט צו קאָלאַבאָרירן מיט דער אַרמיי, וואָס שייך פֿאָרש־אַרבעט און קורסן, און וועט מוטיקן די סאָלדאַטן צו געפֿינען אַרבעט, נאָך דעם ווי זיי פֿאַרענדיקן זייער מיליטערישן דינסט.