נאָך צענדליקער יאָרן ווי דאָס הויפּט־קול פֿון די ייִדישע אימיגראַנטן, האָט „הײַאַס‟ (Hebrew Immigrant Aid Society) אָפֿיציעל באַשלאָסן זיך צו קאָנצענטרירן אויף די אונטערדריקטע נישט־ייִדישע פּליטים ווי, למשל, די אַנטלאָפֿענע פֿון די שבֿט־מלחמות אין סודאַן, און די אימיגראַנטן אין עקוואַדאָר, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון די נאַרקאָטיק־מלחמות אין קאָלאָמביע.
במשך פֿון איר לאַנגער געשיכטע, האָט „הײַאַס‟ געהאָלפֿן די ייִדן, וועלכע האָבן אימיגרירט קיין אַמעריקע בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, ווי אויך די הונדערטער טויזנטער סאָוועטישע ייִדן אין די 1980ער און 1990ער יאָרן. צווישן די באַקאַנטע ייִדן, וואָס די אָרגאַניזאַציע האָט געשטיצט, זענען געווען: די פֿילאָסאָפֿין, חנה אַרענדט; דער געוועזענער מלוכה־סעקרעטאַר הענרי קיסינדזשער, און דער גרינדער פֿון „גוגל‟ — סערגיי ברין.
דער באַשלוס פֿון „הײַאַס‟ זיך אָפּצוגעבן מיט די נישט־ייִדישע פּליטים איז אָבער בלויז אַ פֿאָרמאַליטעט, ווײַל במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 15 יאָר האָט די אָרגאַניזאַציע שוין סײַ־ווי פֿאַרגרעסערט אירע אָפּעראַציעס אין די אויסלענדישע פּליטים־לאַגערן. איר פֿריִערדיקע שליחות צו העלפֿן בלויז די ייִדישע אימיגראַנטן איז מער נישט באַטראַכט פֿאַר רעלעוואַנט, צוליב דעם וואָס עס געפֿינען זיך הײַנט ווייניק ייִדן אין טאָטאַליטאַרישע לענדער.
בעת אַ צוזאַמענפֿאָר פֿונעם „הײַאַס‟־פּערסאָנאַל אין יוני, האָט דער פּרעזידענט פֿון „הײַאַס‟, מאַרק העטפֿילד, דערקלערט, אַז עס וואָלט געווען „אַ שאַנדע‟, ווען די ייִדן וואָלטן נישט אויסגעשטרעקט אַ האַנט צו די פּליטים, בעת פֿאַרשידענע קריסטלעכע און מוסולמענישע גרופּעס גיבן אָפּ אַזוי פֿיל געלט און רעסורסן אויף דעם צוועק.
דאָס נײַע שליחות איז אויך אַ פּרוּוו צוצוציִען יונגע ייִדישע וואָלונטירן און מנדבֿים צו די אַקטיוויטעטן פֿון „הײַאַס‟. אין פֿאַרגלײַך מיטן עלטערן דור, וואָס וויל, בדרך־כּלל, אַז די אָרגאַניזאַציע זאָל העלפֿן בלויז ייִדן, איז דער ייִנגערער דור מער פֿאַראינטערעסירט אינעם העלפֿן אַלע אונטערדריקטע, אַרײַנגערעכנט די נישט־ייִדישע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.