לעצטנס, איז אין קעשענעוו דורכגעגאַנגען דער אינטערנאַציאָנאַלער מוזיק־פֿעסטיוואַל אונטערן נאָמען „טעג פֿון נײַער מוזיק‟. שוין 22 יאָר רופֿט ער אַרויס אַן אינטערעס בײַ די מאָדערנע קאָמפּאָזיטאָרן פֿאָרצושטעלן זייערע ווערק „לעבעדיקערהייט‟, ווי מע זאָגט.
הײַיאָר איז צום ערשטן מאָל איינער פֿון די קאָנצערטן, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם ייִדישן קולטור־צענטער, געווידמעט געוואָרן דער טעמע פֿון חורבן. דער זאַל פֿון 200 פּלעצער איז געווען פֿול־געפּאַקט. די פּראָגראַם האָט געפֿירט דער הויפּט־אָרגאַניזירער פֿון דעם פֿעסטיוואַל, גענאַדי טשאָבאַן, געוועזענער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַראיין פֿון מאָלדאַווישע קאָמפּאָזיטאָרן און איצט דעפּוטאַט פֿונעם מאָלדאַווישן פּאַרלאַמענט; ווי אויך די דירעקטאָרין פֿונעם ייִדישן קולטור־צענטער, סטעלאַ כאַרמעלין.
„די חורבן־טעמע האָט צוגעצויגן אַ סך קאָמפּאָזיטאָרן, וועלכע האָבן געשאַפֿן זייערע ווערק אונטערן אײַנפֿלוס פֿון דער ייִדישער טראַגעדיע, — האָט געזאָגט אין זײַן אַרײַנפֿיר־וואָרט טשאָבאַנו, — דאָס איז אַרנאָלד שענבערג, דזשאָזעף האָפֿמאַן, דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש, האַנס ווערנער הענצע, פּאַול דעסאַו און אַנדערע. די חורבן־טעמע איז אַן אויפֿרוף צום געוויסן און אַ וואָרענונג פֿאַר דער מענטשהייט‟.
צום ערשטן מאָל אין מאָלדאָווע איז אויסגעפֿירט געוואָרן דער טריִאָ פֿונעם אונגערישן קאָמפּאָזיטאָר, אַ ייִד לויטן אָפּשטאַם, דיאָרדי קורטאַג. עס זײַנען געשפּילט געוואָרן די ווערק פֿון די אָרטיקע קאָמפּאָזיטאָרן — זלאַטע טקאַטש, באָריס דובאָסאַרסקי, וולאַדימיר בעליאַיעוו. אויך צום ערשטן מאָל אין מאָלדאָווע האָט געקלונגען דאָס ווערק פֿונעם שוועדישן קאָמפּאָזיטאָר, הענריק סטרינבערג, „אָנדענק־טראַנספֿאָרמאַציע‟. דער קאָמפּאָזיטאָר איז ספּעציעל געקומען קיין קעשענעוו בײַצוזײַן אויף דער פּרעמיערע פֿון זײַן שאַפֿונג אין מאָלדאָווע. די שאַפֿונג האָט ער געווידמעט דעם אָנדענק פֿון ראַול וואַלענבערג; געשפּילט האָט דער אָרקעסטער פֿון קאַמער־מוזיק, אונטער דער אָנפֿירונג פֿונעם דיריגענט איגאָר ערסאַק. די מוזיק איז כּסדר באַגלייט געוואָרן מיט בילדער און צווישן די טיילן האָט מען געקאָנט זען און הערן קורצע ווידעאָ־אינטערוויוען פֿון די לעבן־געבליבענע אונגערישע ייִדן, וועלכע האָבן זיך געטיילט מיט די דערמאָנונגען וועגן זייער רעטונג.
„איך שאַץ הויך אָפּ די מײַסטערשאַפֿט פֿון די מאָלדאַווישע מוזיקער, בפֿרט דעם דיריגענט איגאָר ערסאַק, — האָט מיר געזאָגט הענריק סטרינבערג אין זײַן קורצן אינטערוויו, — ער האָט פֿאַרטײַטשט מײַן ווערק זייער פּינקטלעך, אַזוי ווי כ‘האָב עס פֿאַרטראַכט. ס‘איז שוין געשפּילט געוואָרן פֿון עטלעכע אָרקעסטערס — אין שוועדן, אין אַמעריקע, אָבער דער קעשענעווער אָרקעסטער האָט עס אויסגעפֿירט נישט ערגער, מעגלעך אַפֿילו בעסער. איך בין זייער צופֿרידן פֿון דעם אויפֿנעם, וואָס ס‘האָט אַרויסגעוויזן אײַער פּובליקום. אַ גרויסן דאַנק אײַך פֿאַר דער הויכער אָפּשאַצונג.‟
אַ באַזונדער אָרט האָט אינעם קאָנצערט פֿאַרנומען די מוזיקאַלישע פּאָעמע פֿון זלאַטע טקאַטש, „קדיש‟, אויף די ווערטער פֿונעם פּאָעט משה לעמסטער. דאָס איז געווען דאָס איינציקע ווערק אין דער פּראָגראַם פֿאַר וואָקאַל, און געזונגען האָט עס אויף ייִדיש דער סאָליסט פֿון דער מאָלדאַווישער אָפּערע, סערגיי פּיליפּעצקי. זייער „קדיש‟ האָבן די מחברים געווידמעט דעם אָנדענק פֿון די 300 טויזנט ייִדן, פֿאַרפּײַניקט אין בעסאַראַביע און טראַנסניסטירע.
גוט איז אויפֿגענומען געוואָרן די נײַע שאַפֿונג פֿון באָריס דובאָסאַרסקי „סאַנאַטע פֿאַר טשעלאָ סאָלאָ‟. לויטן גײַסט, האָט די מוזיק זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער אַלגעמיינער פּראָגראַם פֿונעם קאָנצערט, הגם דער קאָמפּאָזיטאָר האָט ספּעציעל נישט אָנגעוויזן אינעם טיטול, אַז ער ווידמעט זײַן ווערק דעם אָנדענק פֿון די חורבן־קרבנות. די סאָנאַטע איז דורכגעדרונגען מיט ייִדישן צער, און דער נאַציאָנאַלער עלעמענט גיט אָנצוהערן, אַז די מוזיק איז אַ ייִדישע. געשפּילט האָט די סאָנאַטע אָלעסיאַ מונטיאַן, קאָנצערטמײַסטער פֿונעם מאָלדאַווישן מלוכישן קאַמער־אָרקעסטער. איר האָט זיך אײַנגעגעבן איבערצוגעבן דעם ווידוי־מאָנאָלאָג, אָנפֿילנדיק אים מיט גרויסע דראַמאַטישע געפֿילן.
דעם קאָנצערט אינעם ייִדישן קולטור־צענטער האָבן פֿינאַנציעל געשטיצט די אַמבאַסאַדעס פֿון שוועדן און אונגערן אין מאָלדאָווע. דער אונגערישער אַמבאַסאַדאָר, מאַטיאַש סילאַגי, האָט בײַם אָנהייב פֿונעם אָוונט באַגריסט דעם עולם און באַטאָנט, אַז ס‘איז זייער וויכטיק אויך מיט קינסטלערישע מיטלען אויסצודריקן דאָס אַחריות פֿון דער מענטשהייט אינעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם און קסענאָפֿאָביע.
רעפּאָרטאַזש פֿונעם מוזיקאַלישן פֿעסטיוואַל אין מאָלדאָווע אויף דער חורבן־טעמע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.