יעדעס יאָר דערמאָנט אונדז דער זומער אין די גרויסע טובֿות וואָס מיר האָבן פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, קודם־כּל: דער לופֿטקילער. אָן דעם חשובֿן אַפּאַראַט וואָלטן מיר ניט געקענט לעבן אין ניו־יאָרק אין משך פֿון לאַנגע חדשים, מיר וואָלטן אַלע אַנטלאָפֿן אין די בערג, פּונקט ווי די אַלטגעזעסענע ייִדן פֿלעגן פֿאָרן אין די קעטסקילס. און ווער עס האָט הײַנט אויך ניט קיין לופֿטקילער — ווי דער שרײַבער פֿון די שורות, למשל — ער דאַרף ווײַטער אַנטלויפֿן: אין קאַפֿע, אין דער ביבליאָטעק, אין קינאָ, אין מוזיי — אַבי נישט צו זיצן און צו באַקן זיך אין דעם היים־אויוון.
אַ ניו־יאָרקער אָן אַ לופֿטקילער בײַ נאַכט, ווען ער שלאָפֿט אומרויִק מחמת דער גרויסער היץ, זעט ער אין חלום גרויסע פּאָרציעס אײַזקרעם, שניימיידלעך אין אײַזפּאַלאַצן, טאַנצנדיקע לופֿטקילערס און נאָך אַזעלכע אויסטערלישע זאַכן. ער קלערט, ווי גוט עס וואָלט געווען צו וווינען אין אַלאַסקע אָדער אַנטאַרקטיק, אָדער מינעסאָטאַ, וווּ דער ווינט נעמט דורך די ביינער און מען פֿאַרברענגט אַ האַלב יאָר אונטער אַ גרויסן באַרג שניי.
בײַ אַזעלכע רעיונות איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ פּלאַן: אַנשטאָט אַ לופֿטקילער, זאָל מען אונדזער דירה אַרומלייגן מיט אײַז, גרויסע שטיקער אײַז, כּדי צו רעדוצירן די אַרומיקע טעמפּעראַטור. אַזוי איז געווען אָנגענומען ביז נאָך דער מלחמה: מען האָט אין אַ גוט איזאָלירטן צימער — אין אַ קעלער, למשל — אַרײַנגעפּאַקט גענוג אײַז, אַז די קעלט זאָל זיך האַלטן אַ לאַנגע צײַט. צימערן און בנינים פֿון דעם מין זײַנען אַ מאָל געווען אַ גרויס געשעפֿט; אויף ענגליש האָבן זיי געהייסן „אײַזהײַזער” און אויף ייִדיש — „לעדאָווניעס” (פֿונעם פּוילישן lód — אײַז). פֿאַרן פֿרידזשידער האָט יעדע משפּחה געהאַט אין דער היים אַן אײַזקאַסטן, און זייער אײַז איז געקומען פֿון די דאָזיקע גרויסע אײַזהײַזער.
די ערשטע וואָס זײַנען געפֿאַלן אויף דער המצאה זײַנען געווען די פּערסן, וואָס זייערע קעניגן האָבן שוין מיט 3700 יאָר צוריק געלאָזט בויען גרויסע אײַזהײַזער. דאָס אײַז האָט מען אַראָפּגעבראַכט פֿון די בערג און במשך פֿון דעם גאַנצן זומער זײַנען די אײַזהײַזער געבליבן גענוג קאַלט, אַז אַפֿילו אין מיטן מידבר האָט די קעניגלעכע משפּחה געקענט זיך דערקוויקן מיט כּל־מיני קאַלטע מטעמים. זיי האָבן, למשל, געגעסן דעם ערשטן “אײַזקרעם”: שניי, באַגאָסן מיט קאָנצענטרירטן טרויבנזאַפֿט.
אָבער אַזוי ווי איך בין ניט קיין קעניג און קען ניט אָנפֿילן די גאַנצע שטוב מיט אײַז, האָב איך נאָר געטראַכט צו שאַפֿן אַן אײַזהויז אויף אַ באַגרענעצטער צײַט: אויף איין אָוונט, ווען איך וואָלט געקענט פֿאַרבעטן פֿרײַנד און באַקאַנטע צו פֿאַרברענגען בײַ אונדז אויף אַ מער באַקוועמען אופֿן — ביז דאָס אײַז וועט זיך צעגיין. איך האָב צעשיקט די פֿאַרבעטונגען אויף דער “אײַז־שׂימחה” און געקויפֿט אַ צאָל גרויסע פֿלעשער וואַסער און זעלצער־וואַסער, וואָס איך האָב אַרײַנגעלייגט אין אײַזקאַסטן.
דער לייענער ווייסט אפֿשר, אַז אײַז קען זײַן געפֿערלעך. איך האָב מיט די אייגענע אויגן געזען דעם אַזוי־גערופֿענעם „אײַזמאַן”, וואָס מע האָט אים אַנטדעקט אין די אַלפּן אויף דער גרענעץ צווישן עסטרײַך און איטאַליע, און אים אַ נאָמען געגעבן עצי (Ötzi). מיט אַ 5000 יאָר צוריק איז עצי געשטאָרבן, מסתּמא אין קאַמף מיט אַ פֿרעמדן שבֿט; ער איז פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין דער פּלייצע מיט אַ פֿײַל, און פֿאַרן טויט האָט ער מסתּמא אויך באַקומען אַ שטאַרקן קלאַפּ אין קאָפּ. אַזוי ווייסן די פֿאָרשער, ווײַל זײַן גוף איז באַלד פֿאַרפֿרוירן געוואָרן און איז דערנאָך געבליבן אײַנגעהילט אין אַ גלעטשער (glacier בלע”ז), ביז צוויי דײַטשע טוריסטן האָבן אים אַנטדעקט אין 1991.
ווי די עלטסטע אייראָפּעיִשע מומיע, האָט מען וועגן עצי אויפֿגעבויט אַ גאַנצן מוזיי פֿון דרײַ שטאָק אין דער איטאַליענישער שטאָט באָלצאַנאָ. דאָרט קען מען זען גאַנצע אויסשטעלונגען וועגן עציס פֿרישטיק, וואָס מע האָט בײַ אים געפֿונען אין מאָגן; וועגן זײַנע פּרעהיסטאָרישע קליידער און מכשירים; וועגן די אומשטאַנדן פֿון זײַן טויט און אַזוי ווײַטער און ווײַטער. איך האָב דאָרט פֿאַרבראַכט עטלעכע שעה און געטראַכט: מירצעשעם, אין 120 יאָר, זאָל איך שטאַרבן אין אַ וואַרעמען קלימאַט און ניט ווערן אַ קרבן פֿון די פֿאָרשער.
די געשיכטע פֿון אַ צווייטן „אײַזמאַן” איז נאָך שרעקלעכער. ניט לאַנג איז אַרויס אַ פֿילם וועגן ריטשאַרד קוקלינסקי, וואָס בײַ טאָג האָט ער געוווינט מיט זײַן ווײַב אין ניו־דזשערזי און דערצויגן דרײַ קינדער אינעם שטרענגען קאַטוילישן גײַסט. בײַ נאַכט האָט ער אָבער געאַרבעט — און זײַן משפּחה האָט קיין מאָל ניט געוווּסט פּונקט וווּ — ווי אַ „מערדער צום דינגען” (hitman) פֿאַר דער איטאַליענישער מאַפֿיע. איבער 100 מענטשן האָט קוקלינסקי דערהרגעט — מיט געווער, מעסערס, אײַזערנע שטעקנס, אויפֿרײַסשטאָף, פֿײַער, סם, דערשטיקונג, אָדער אַפֿילו מיט די בלויזע הענט. קוקלינסקי איז געשטאַנען 6 פֿוס 4 צאָל הויך (1.93 מעטער) געווען און געווויגן 300 פֿונט; די פּאָליציי האָט אים פֿאַררעכנט צווישן די סאַמע געפֿערלעכסטע מענטשן אין גאַנצן לאַנד.
דעם צונאָמען “אײַזמאַן” האָט ער באַקומען דערפֿאַר, ווײַל ער פֿלעגט אײַנפֿרירן די גופֿים פֿון זײַנע קרבנות, מע זאָל נישט קענען אויסגעפֿינען די צײַט פֿון זייער טויט. דעם דאָזיקן מעטאָד האָט ער זיך געלערנט פֿון אַ צווייטן „מערדער צום דינגען”, וואָס איז בײַ טאָג אַרומגעפֿאָרן אין אַן אײַזוואַגאָן און פֿאַרקויפֿט אײַזקרעם, און דערפֿאַר געהאַט דעם צונאָמען „מר. ווייכלעך” (Mr. Softy). יענער פֿלעגט פֿאַרקויפֿן זײַן סחורה צו די קינדער אויף דער גאַס, בשעת ער האָט אפֿשר פּלאַנירט שפּעטער צו מאָרדן זייערע טאַטעס. איר גלייבט נישט? אָבער די געשיכטע פֿונעם “אײַזמאַן” איז שוין די טעמע פֿון עטלעכע ביכער און דאָקומענטאַר־פֿילמען. אַזעלכע זאַכן קען מען ניט אויסטראַכטן!
פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב ניט געהאַט די אַלע גרוילן אין זינען, ווען איך האָב פֿאַרבעטן פֿרײַנד אויף מײַן “אײַז־שׂימחה”. ס’איז ניט געווען אַזוי גוט פּלאַנירט: צו ווייניק אײַז און צו פֿיל מענטשן. די עטלעכע פֿלעשער אײַז האָבן ניט געהאַט קיין שום פּעולה אויף דער אַרומיקער טעמפּעראַטור; די גרויסע צאָל מענטשן, וואָס זײַנען געקומען, ווידער, האָט פֿאַרזיכערט, אַז ס׳איז בײַ אונדז געווען נאָך הייסער, ווי געוויינטלעך. אַ טייל געסט האָבן ניט געקענט אויסהאַלטן און זײַנען געשטאַנען אין דרויסן, די אַנדערע זײַנען אַוועק פֿרי.
נאָר איין מעלה האָט דאָס אײַז געהאַט: ווען דאָס זעלצער־וואַסער איז זיך אַ ביסל צעגאַנגען — אַבי מע האָט די פֿלעשלעך געעפֿנט זייער פּאַמעלעך, ס’זאָל זיך ניט צעשפּריצן — האָט עס דערפֿרישט דעם עולם, ספּעציעל אין אַזאַ היץ ווי מיר האָבן געהאַט דאָרט. אָבער פֿאַר דעם האָט מסתּמא זיך ניט געלוינט, אַז אַזוי פֿיל מענטשן זאָלן לײַדן אַ גאַנצן אָוונט (כאָטש פֿאַרבראַכט האָבן זיי זייער גוט). צוריק געשמועסט, וואָלט בעסער געווען אַנשטאָט די אַלע עקספּערימענטן צו קויפֿן אַ לופֿטקילער…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.