פֿריידל*, אַ 45־יאָריקע פֿרוי פֿון ניו־דזשערזי, האָט געוווּסט, אַז איר טאַטע האָט אַ סך מיטגעמאַכט אין אייראָפּע אונטער די נאַציס, אַנטלויפֿנדיק פֿון ווין קיין בעלגיע, דערנאָך קיין פֿראַנקרײַך. זי ווייסט אויך, אַז ער האָט געליטן פֿון אַ נערוון־צוזאַמענבראָך, ווען ער איז נאָך דער מלחמה אָנגעקומען אין ניו־יאָרק.
פֿון דעסטוועגן, איז איר שווער צו פֿילן סימפּאַטיע פֿאַר אים, ווען ער גיסט אויס זײַן כּעס און צאָרן אויף איר. אַזאַ אינצידענט איז פֿאָרגעקומען מיט צוויי וואָכן צוריק, ווען דער טאַטע האָט איר אָנגעקלונגען, און זיך באַקלאָגט, אַז דער בויך טוט אים וויי.
„איך האָב אים געזאָגט, אַז אויב ס׳וועט ווערן ערגער, וועל איך אים ברענגען אין שפּיטאָל,‟ האָט פֿריידל געזאָגט. מיט אַ מאָל האָט ער זי אויסגעזידלט מיט מיאוסע ווערטער אויף ענגליש, און אויפֿגעהאָנגען דאָס טרײַבל.
„ס׳איז נישט סתּם, ווײַל ער עלטערט זיך; ער איז תּמיד געווען אַזאַ,‟ האָט פֿריידל געזאָגט. נאָך אַ מיידל, האָט ער איר נישט דערלויבט צו באַזוכן די חבֿרטעס, און ווען זי האָט עס סײַ־ווי געטאָן, פֿלעגט ער עקשנותדיק נישט אָפּטרעטן פֿון איר חבֿרטעס הויז. „כ׳האָב אַזוי מורא געהאַט פֿאַר אים, אַז איך פֿלעג ממש קראַנק ווערן,‟ האָט זי געזאָגט.
צו 19 יאָר איז זי געפֿאָרן אויף זעקס חדשים אין ישׂראל, און ס׳איז איר געווען אַזוי גוט דאָרט, אַז זי האָט באַשלאָסן צוריקצופֿאָרן אויף אַ גאַנץ יאָר. „ווען דער טאַטע האָט זיך דערוווּסט דערפֿון, איז ער צוגעלאָפֿן צו מײַן שלאָפֿצימער און אויפֿגעפּראַלט די טיר מיט אַ זעץ, געוויזן אַ פֿויסט, און אויסגעשריגן: ׳פֿאַרשאָלטן זאָלסטו ווערן, און פֿאַרשאָלטן זאָל זײַן דאָס עלטסטע קינד דײַנס!׳ דערנאָך האָט ער געקלונגען אַלע אונדזערע קרובֿים און זיי אָנגעזאָגט, אַז טאָמער פֿאָר איך ווידער קיין ישׂראל, וועט ער מיר גאָרנישט איבערלאָזן פֿון דער ירושה… בין איך טאַקע נישט געפֿאָרן.‟
פֿריידל האָט באַשריבן די צרות מיט איר טאַטן אויף אַ זײַט פֿון „פֿייסבוק‟, געווידמעט די קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה. געוויינטלעך, ווען אַ מיטגליד שטעלט אַרויף אַ מעלדונג — וועגן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן די נאַציס, אָדער וועגן רעכטע עקסטרעמיסטן אין דער הײַנטיקער אייראָפּע — רופֿט עס אַרויס נישט מער ווי 10־12 בריוו. פֿון פֿריידלס קאָמענטאַרן איז אָבער אַרויסגעוואַקסן אַ לאַנגער שמועס פֿון נישט ווייניקער ווי 116 בריוולעך.
אַ טייל פֿון די מעלדונגען האָבן אויסגעדריקט ווערטער פֿון טרייסט און מיטגעפֿיל פֿאַר איר, אָבער אַנדערע האָבן געשריבן וועגן זייער אייגענעם שווערן מצבֿ, לעבנדיק יאָרן לאַנג מיטן כּעס פֿון אַ טאַטן אָדער אַ מאַמען, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.
נאָכן פֿאַרבינדן זיך מיט געוויסע אָנטיילנעמער אין דער דיסקוסיע, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ באַמערקט עטלעכע מאָטיוון: ערשטנס, וואָס עלטער די פֿאַרביטערטע עלטערן זענען געוואָרן, אַלץ אָפֿטער און אינטענסיווער זענען געוואָרן די אינצידענטן; צווייטנס, זענען די לײַדנדיקע קינדער דורכויס פֿרויען, און דריטנס, האָבן זיי נישט גערעדט וועגן דעם ביז לעצטנס, צוליב אַ טיפֿן שולד־געפֿיל פֿאַר דעם, וואָס די עלטערן האָבן דורכגעמאַכט אינעם חורבן.
גאָלדע, אַ 59־יאָריקע פֿרוי אין פֿלאָרידע, האָט מיידלווײַז זעלטן געזען דעם טאַטן, אַ לעבן געבליבענער פֿון אוישוויץ, ווײַל ער האָט פֿאַרמאָגט אַ רעסטאָראַן און געאַרבעט דאָרט לאַנגע שעהען. „אין יענע יאָרן איז ער געווען זייער צוריקגעהאַלטן, כּמעט נישט גערעדט קיין וואָרט צו אונדז. אָבער נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרקויפֿט זײַן רעסטאָראַן, איז ער געוואָרן אַלץ מער פֿאַרביסן.‟
אַרום פֿופֿצן יאָר צוריק האָט ער אָנגעהויבן באַשולדיקן גאָלדען אין גנבֿענען געלט בײַ אים, און איר מאַן, אַן אַפּטייקער — אין געבן אים פֿאַלשע מעדיקאַמענטן, כּדי אים צו פֿאַרסמען. ער איז אויך געוואָרן זייער אייפֿערזיכטיק צו זײַן פֿרוי און זי נישט געלאָזט גיין פֿאַרברענגען מיט פֿרײַנד.
גאָלדע האָט פֿאַר אים אַראַנזשירט אַ וויזיט מיט אַ פּסיכאָלאָג, און דערנאָך מיט אַ פּסיכיאַטער, אָבער ער האָט באַלד איבערגעריסן די סעסיעס. דער פּסיכיאַטער האָט איר געזאָגט, אַז ווי עס זעט אויס, לײַדט איר טאַטע פֿון אַ געמיש פֿון PTSD (נאָך־טראַוומאַטישער סטרעס־סינדראָם), דעפּרעסיע און עובֿר־בטלדיקייט.
„מײַן טאַטע איז געווען זייער וואַרעם מיט מײַן ברודער, גערעדט שיין צו אים, געשמייכלט צו אים, אָבער מיט מיר קיין וואָרט נישט אַרויסגערעדט. ווען איך האָב אים געקלונגען, פֿלעג ער גלײַך אויפֿהענגען דעם טעלעפֿאָן.‟
„אַ לעבן געבליבענער דאַרף, ווײַזט אויס, האָבן אַ מענטש וועמען פֿײַנט צו האָבן,‟ האָט גאָלדע דערקלערט. „בײַ אים בין איך געוואָרן דער שׂונא.‟ ער איז געשטאָרבן מיט אַ יאָר צוריק.
לאה, אַ 54־יאָריקע קאַראַטע־לערערין און קינסטלערין, האָט דערציילט, אַז איר טאַטע, אַ געבוירענער אין פֿראַנקרײַך, האָט געהאַט גרויס סוקצעס אין זײַן מעטאַל־געשעפֿט, אָבער האָט שטענדיק אַראָפּגעריסן די אויפֿטוען פֿון זײַנע דרײַ קינדער. „וואָס מיר זאָלן נישט געווען טאָן איז אַלץ געווען נישט גענוג גוט,‟ האָט זי געזאָגט.
דער טאַטע האָט ליב געהאַט דאָס פֿלעשל, אָבער קיינער האָט אים דעמאָלט נישט באַטראַכט פֿאַר אַ שיכּור. „די מאַמע פֿלעגט זאָגן: ׳דער טאַטע איז נישט קיין אַלקאָהאָליקער; נאָר סתּם — אַ פֿראַנצייזישער.׳‟ זי, לאה, איז אַליין געוואָרן אַן אַלקאָהאָליקער, אָבער זינט 1995 נעמט זי נישט קיין טראָפּן אין מויל. איר ברודער, יוסף, איז נישט אַזוי מזלדיק. הגם ער האָט אַ ווײַב מיט דרײַ קינדער, איז ער געוואָרן אָפּהעגניק פֿון נאַרקאָטישע פּילן, און האָט נישט לאַנג צוריק געפּרוּווט זיך נעמען דאָס לעבן. איר צווייטער ברודער, דניאל, באַמיט זיך איצט אַליין היילן פֿון זײַן אַלקאָהאָליזם, אָבער האָט קיין מאָל נישט געקאָנט אָנהאַלטן קיין אינטימע באַציִונגען מיט קיינעם.
„דער טאַטע האָט גוט פֿאַרדינט און מיר האָבן געהאַט אַ זומערהיים אין נאַנטאָקעט, האָבן אַלע מײַנע פֿרײַנד געמיינט, אַז מיר זענען אַ פּערפֿעקטע משפּחה,‟ האָט לאה געזאָגט. „קיינער האָט נישט געוווּסט וויפֿל מיר האָבן שטילערהייט געליטן.‟
ד״ר יעל דניאלי, אַ מיט־גרינדערין און דירעקטאָרין פֿונעם Group Project for Holocaust Survivors and their Children אין מאַנהעטן, זאָגט, אַז ס׳איז זייער וויכטיק, אַז די קינדער פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן זאָלן זוכן אַ טעראַפּעפֿט, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אויף די משפּחות פֿון דער שארית־הפּליטה, ווײַל דאָס קען זיי העלפֿן זען זייערע עלטערן אין אַ מער אָביעקטיוון קאָנטעקסט.
„ס׳רובֿ פֿון די לעבן־געבליבענע האָבן נישט געהאַט קיין געלעגנהייט זיך צו לערנען ווי צו זײַן גוטע עלטערן, אָדער ווי זיך צו עלטערן אויף אַ בכּבֿודיקן אופֿן, ווײַל זיי האָבן נישט געהאַט בײַ וועמען זיך צו לערנען,‟ האָט ד״ר דניאלי דערקלערט. „זיי און זייערע קינדער דאַרפֿן וויסן, אַז עס זענען דאָ אָרגאַניזאַציעס, ווי אונדזערע, וואָס קאָנען זיי העלפֿן דערמיט.‟
די „גרופּע־פּראָיעקט‟, למשל, באַזאָרגט די לעבן־געבליבענע און זייערע קינדער מיט פֿאַרשידענע מינים טעראַפּיע: ביחידות, משפּחה־טעראַפּיע און גרופּע־טעראַפּיע.
פֿריידעס טאַטע איז שוין 90 יאָר אַלט, און דערפֿאַר באַמיט זי זיך, ווי ווײַט מעגלעך, אָנצוהאַלטן די באַציִונגען, נישט געקוקט אויף איר שרעק. „איך באַזוך אים 2־3 מאָל אַ וואָך, אָבער נאָר ווען זײַן אויפֿפּאַסערין איז דאָ, ווײַל איך האָב מורא צו זײַן אַליין מיט אים,‟ האָט זי געזאָגט. „איך שטעל אָן אַ פֿוסבאָל־מאַטש אויף טעלעוויזיע, ווערט אַ ביסל גרינגער.
„איך ווייס, אַז ער וויל, איך זאָל אים אַרומנעמען אָדער געבן אַ קוש, אָבער כ׳בין צו נערוועז עס צו טאָן,‟ האָט זי געזאָגט. „זעץ איך זיך אויף די קני, און ער גיט מיר אַ קוש אין שטערן.‟
* אַלע נעמען אין דעם אַרטיקל זענען פֿיקטיווע
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.