די מחברטע שאַרלאָט שאַפֿראַן איז בעסער באַקאַנט דער ייִדישער טעאַטער־וועלט ווי די אַקטריסע שאַרלאָט גאָלדשטיין. יאָרן לאַנג האָט זי געשפּילט אינעם ניו־יאָרקער „ייִדישן קונסט־טעאַטער‟ פֿון מאָריס שוואַרץ — אין זײַן צײַט, אפֿשר דער באַקאַנטסטער „ערנסטער‟ ייִדישער טעאַטער אויף דער וועלט. אין 2008 זענען געדרוקט געוואָרן אירע זכרונות אויף ענגליש אונטערן טיטל „Memories Are Forever‟ אין אַ קליינעם פֿאַרלאַג אין דרום־קאַראָלײַנע, און נאָר אַ דאַנק דעם טעאַטער־פּאַטראָן שושנה וואָלקאָוויטש האָבן מיר זיך דערוווּסט פֿון דעם.
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען בלויז געציילטע אַקטריסעס פֿון דער ייִדישער בינע נישט געבוירן געוואָרן אין מיזרח־אייראָפּע. די באַקאַנטסטע איז געווען מאַלי פּיקאָן, און מע קען צורעכענען אויך שפֿרה לעהרער ע״ה פֿון אַרגענטינע. שאַרלאָט גאָלדשטיין איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אויף דער איסט־סײַד אין ניו־יאָרק אין אַ ייִדישער אַקטיאָרן־משפּחה. דער טאַטע דזשעק (יעקבֿ) גאָלדשטיין און די טאַטע־מאַמע, פֿון איר מאַמען — אַננאַ און טשאַרלס שאַפּיראָ — זענען אויך געווען אַקטיאָרן. איר מאַמע סיידי פֿלעג מיטפֿאָרן, אָבער נישט אויפֿטרעטן, מיט די „בלאָנדזשענדיקע שטערן‟. אָבער זיי האָבן נישט געבלאָנדזשעט איבער די שטעט און שטעטלעך פֿון אייראָפּע ווי בײַ שלום־עליכמען, נאָר איבער די שטעט פֿון אַמעריקע, וווּ זיי זענען אויפֿגעטראָטן 36 וואָכן אַ יאָר אין שיקאַגע, דעטרויט, מאָנטרעאָל, טאָראָנטאָ, פֿילאַדעלפֿיע, באָלטימאָר. ערשט נאָך עטלעכע אַזוינע וואַנדערנדיקע סעזאָנען מחוץ ניו־יאָרק, האָט דער דעמאָלטיקער ייִדישער אַקטיאָר געקענט צושטיין צו דער „ייִדישער אַקטיאָרן־יוניאָן‟, און ערשט נאָך דעם שפּילן אין ניו־יאָרק.
ווען איר טאַטע דזשייקאָב איז אויך געוואָרן אַ טייל פֿון איר זיידע־באָבעס טרופּע, האָט ער זיך פֿאַרליבט אין סיידי, איר מאַמע, און די חופּה האָט מען געשטעלט אויף דער בינע נאָך דער פֿאָרשטעלונג. אַלע מענטשן אינעם טעאַטער־זאַל זענען געוואָרן די געסט אויף דער חתונה. שאַרלאָט איז מיט אַ יאָר שפּעטער געבוירן געוואָרן. כאָטש די ייִדישע דראַמאַטורגן האָבן אַלע מאָל געהאַט אַ קינדער־ראָלע אין זייערע דראַמעס, האָט שאַרלאָטס טאַטע נישט געוואָלט, זי זאָל אַרײַן אין דער טעאַטער־וועלט. ווען זי האָט שוין געהאַלטן בײַם גראַדויִרן פֿון דער מיטלשול און גיין אין קאָלעדזש, האָט שאַרלאָט געבעטן בײַם טאַטן, ער זאָל זי לאָזן שפּילן טעאַטער. האָט ער מסכּים געווען, אַז אויף איין פֿאָרשטעלונג מעג זי אויפֿטרעטן — וועט מען זען, צי זי האָט אַ צוקונפֿט אויף דער בינע.
צו יענער צײַט האָבן אירע טאַטע־מאַמע געשפּילט מיט לוסי און מישע גערמאַן, און די ראָלע פֿון אַ חוצפּהדיק מיידל אין דער דראַמע איז געווען אַן אידעאַלע פֿאַר אַ קינד אין שאַרלאָטס עלטער. איר טאַטע האָט זיך באַהאַלטן ווען זי איז אַרויף אויף דער בינע — ער האָט נישט געוואָלט צוקוקן — אָבער ווען די אַנדערע אַקטיאָרן האָבן געזען ווי גוט זי שפּילט האָבן זיי אים געפֿונען און אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן באַהעלטעניש. די גערמאַנס האָבן שאַרלאָט געבעטן זי זאָל מיטפֿאָרן מיט זיי גאַסטראָלירן איבערן לאַנד, און ווי אַ 16־יאָריק מיידל האָט זי אָנגעהויבן איר טעאַטער־קאַריערע.
איר טאַטע איז געשטאָרבן צו 42 יאָר און שאַרלאָט האָט גיך געדאַרפֿט ווערן „גרויס‟. מאָריס שוואַרץ האָט זי אויסגעקליבן צו שפּילן די הויפּט־ראָלע פֿון מלכּהלע אין י. י. זינגערס „יאָשע קאַלב‟, און אין דער ראָלע איז לאַנצירט געוואָרן איר נאָענטע 20־יאָריקע פֿאַרבינדונג מיט דער טרופּע. עס זענען געקומען זען „יאָשע קאַלב‟ נישט בלויז אַנדערע ייִדישע אַקטיאָרן און פּערזענלעכקייטן, נאָר אויך „ריזן‟ פֿון דער ענגליש־שפּראַכיקער טעאַטער־וועלט, ווי נאָעל קאַווערד, יודזשין אָניל, עדנע פֿאַרבער, עלמער רײַס און אַלבערט אײַנשטײן. אין לאָס־אַנדזשעלעס זענען געקומען גרעטאַ גאַרבאָ און טשאַרלי טשאַפּלין.
ווען מנשה אָפּענהײַם איז געקומען פֿון פּוילן מיט דער טרופּע „די פּוילישע באַנדע‟, האָבן שאַרלאָט און מנשה זיך פֿאַרליבט און חתונה געהאַט אין יוני 1939. די טרופּע איז צוריקגעפֿאָרן קיין וואַרשע, אָבער פֿיר זענען געבליבן — לעאָן ליבגאָלד, לילי ליליאַנאַ, מאַלווינע ראַפּעל, און חנה גראָסבערג. דאָס יונגע פּאָרל האָט בדעה געהאַט צו פֿאָרן קיין פּוילן, אָבער די מלחמה איז אויסגעבראָכן. אָפּענהײַם איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ טיפֿער דעפּרעסיע, און די מחברטע שרײַבט אויפֿריכטיק וועגן דער שווערער צײַט און איר הילפֿלאָזיקייט. כאָטש דאָס פּאָרל האָט ווײַטער געוווינט צוזאַמען צוליב אַ דוחק אין דירות, איז זייער זיווג־לעבן געקומען צו אַ סוף.
שאַרלאָט האָט זיך באַקענט און חתונה געהאַט מיט ראַפּעלס פֿעטער, פֿרעד שאַפֿראַן, און אין איר בוך זכרונות, נאָך דער צווייטער חתונה, באַשרײַבט גאָלדשטיין ווייניקער די טעאַטער־וועלט, און מער אירע נסיעות און באַגעגענישן מיט באַקאַנטע מענטשן. די לייענער וואָס וואָלטן געוואָלט לייענען מער לשון־הרע וועגן די אַקטיאָרן, וועלן זײַן אַנטוישט. די אַנטוישונג איז נאָך גרעסער, ווײַל דער לייענער פֿילט, אַז ווען גאָלדשטיין וואָלט אַלץ דערציילט וואָס זי האָט געוווּסט און איבערגעלעבט, וואָלט דאָס בוך געווען צוויי מאָל אַזוי גרויס. אָבער זי האָט באַשלאָסן, זעט אויס, נאָר צו דערמאָנען אירע פֿרײַנד אין דער טעאַטער־וועלט צום גוטן, און כאָטש דאָס איז אַ נאָבעלע מיצווה, ווערט דאָס בוך ווייניקער אינטערעסאַנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.