„יהודי?‟, פֿרעגט מיך אַ מענטש אין אַן אויטאָבוס. איך ענטפֿער „כּן‟ און גיב צו אַ פּאָר ווערטער אויף ייִדיש. מײַן מיטשמועסער, אַ מאַן אין זײַנע זעכציקער, ווערט שטאַרק נתפֿעל און הייבט אָן צו רעדן אויף אַ גוטן פֿליסיקן ווײַסרוסישן ייִדיש. אויב איר מיינט, אַז אַזאַ סצענע וואָלט געקאָנט פֿאָרקומען בלויז אין ניו-יאָרק, מאַכט איר אַ טעות. דאָס איז געשען מיט אַ וואָך צוריק אין פּעטערבורג, רוסלאַנד.
דער מאַן, וועלכער איז געווען, ווײַזט אויס, היפּש בגילופֿין, האָט דערציילט, ווי ער פֿלעגט וווינען אין ארץ-ישׂראל — אינעם הייליקן לאַנד, ווי ער האָט זיך אויסגעדריקט — אָבער באַשלאָסן זיך אומצוקערן קיין רוסלאַנד. ער האָט אָנגעקוקט אויף דער קאָנטלאָלערשע (פֿאַרקויפֿערין פֿון די אויטאָבוס-בילעטן) און דערציילט איר, ווי אַ גרויסן חידוש, אַז בײַ ייִדן איז פֿאַראַן אַ יום-טובֿ, ווען יעדער איינער שיכּורט זיך אָן. ער אַליין, האָט ער צוגעגעבן, פּראַוועט אָבער אַזאַ יום-טובֿ אַ גאַנץ יאָר.
די קאָנטראָלערשע האָט אונטערגעהאַלטן דעם שמועס און דערקלערט, אַז אין איר משפּחה עסט מען אויך נישט קיין חזיר-פֿלייש. לויט איר גלויבן, טאָר מען נישט טרינקען בכלל. אַדרבה, זי האָט געדאַרפֿט פֿאַסטן. האָב איך זיך דערמאָנט, אַז דאָס איז געווען דער ערשטער טאָג פֿונעם מוסולמענישן הייליקן חודש און געוווּנטשן איר „ראַמאַדאַן מובאַראַק‟.
„איר זענט אַ טאָטערקע?‟, פֿרעג איך. „ניין‟, זאָגט זי, — „אַ קומיטשקע‟. די קומיקן זענען אַ טורקיש פֿאָלק פֿון אַרום אַ האַלב מיליאָן נפֿשות, וואָס רעדט אויף אַ שפּראַך נאָענט צו טאָטעריש. די קאָנטראָלערשע האָט געטענהט, אַז אין רוסלאַנד טרינקען אַלע מוסולמענער און זעלטן ווער היט אָפּ דעם ראַמאַדאַן-חודש ווי געהעריק. זי קאָן עס נישט טאָן, ווײַל זי קאָן נישט אַרבעטן הונגעריק אַ גאַנצן טאָג.
די גרויסע רוסישע שטעט, אַזעלכע ווי מאָסקווע און פּעטערבורג, זענען הײַנט פֿול מיט די „גאַסט-אַרבעטער‟ — אימיגראַנטן פֿון צענטראַל־אַזיאַטישע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן און אַנדערע מקומות, וועלכע פֿירן אויס די שווערסטע און ביליקסטע אַרבעט. אויף די פּעטערבורגער גאַסן זעט מען אַ היפּשע צאָל שוואַרץ-הויטיקע אַפֿריקאַנער, וויעטנאַמער און אַנדערע אויסלענדער, וועלכע האָבן זיך אַריבערגעפּעקלט קיין רוסלאַנד, האָפֿנדיק צו געפֿינען אַ בעסער לעבן. צווישן זיי טרעפֿן זיך אַזעלכע מענטשן, ווי דער דערמאָנטער ייִדיש־רעדער, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אין פּעטערבורג, אויסגעווען די וועלט און באַשלאָסן זיך אומצוקערן אין זײַן היימשטאָט.
שבת אין דער גרויסער פּעטערבורגער שיל איז געווען שאַ-שטיל. אַ סך משפּחות, אַרײַנגערעכנט כּמעט די גאַנצע אָרטיקע ליובאַוויטשער קהילה, זענען זיך צעפֿאָרן אויף זייערע דאַטשעס. אַחוץ דעם, האָבן זיך לעצטנס געעפֿנט אין דער שטאָט אַ גאַנצע ריי נײַע מנינים. צוליב די זומערדיקע „ווײַסע נעכט‟, הייבט זיך שבת אָן כּמעט 11 אַזייגער און ענדיקט זיך מיט איבער אַ טאָג שפּעטער — 2 אַזייגער בײַנאַכט. אַזאַ גראַפֿיק איז מסוגל צו שאַפֿן אַ מצבֿ, ווען אַ סך מענטשן פֿאַרשלאָפֿן די תּפֿילות.
כּדי אונטערצוהאַלטן די דיסציפּלין אין דער פּעטערבורגער שיל, פּראַוועט מען דאָרטן אַ גרויסע שבתדיקע סעודה יעדן שבת נאָכן דאַוונען. אַלע מתפּללים קאָנען פֿאַרזוכן אַ גאַנצע ריי געשמאַקע מאכלים און — דער עיקר — די משקה, וואָס מע גיסט אָן דעם עולם פֿון שיינע גלעזערנע גראַפֿינען. די רײַכע געשעפֿטסלײַט עסן לוקסוס-סעודות אינעם גאָר טײַערן רעסטאָראַן בײַ דער שיל.
צוליב דעם שאַרפֿן חילוק צווישן רײַכע און אָרעמע מתפּללים גייט כּסדר אָן אין דער שיל אַ קלאַסן-קאַמף. איינער פֿון די חשובֿע מתפּללים אויף דער אָרעמער זײַט פֿונעם סאָציאַלן ספּעקטער האַלט זיך פֿאַר אַ סטאַליניסט, שטימט פֿאַר דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און פֿאַרטיידיקט סטאַלינס „רייניקונגען‟. מילא, זאָגט ער, האָט סטאַלינס רעגירונג געמאַכט פֿאַרשיידענע טעותים, אָבער פֿון וויפֿל פּאַראַזיטן און ספּעקולאַנטן מע איז דעמאָלט פּטור געוואָרן!
נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, איז דער עולם אין דער פּעטערבורגער שיל געווען געשטימט שטאַרק אַנטי-סאָוועטיש. הײַנט זענען פּראָ-סאָוועטישע שטימונגען געוואָרן ווידער פּאָפּולער, ווײַל אַ סך אָרטיקע ייִדן זענען אומצופֿרידן מיטן שוואַכן עקאָנאָמישן מצבֿ און באַשולדיקן אין דעם די רײַכע בורזשואַזיע, דעם מערבֿ און די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם.
איין זאַך, וואָס האָט זיך אינגאַנצן נישט געביטן אין דער פּעטערבורגער שיל פֿון די 1980ער יאָרן ביז הײַנט, איז די אומגעוויינטלעכע, כּמעט סוררעאַליסטישע אַטמאָספֿער. פּעטערבורג איז באַקאַנט ווי דער הויפּט-צענטער פֿון דער רוסלענדישער קאָנטער-קולטור. סערגיי קורעכין, אַ באַקאַנטער פּעטערבורגער מוזיקאַנט-אַוואַנגאַרדיסט, איז אַמאָל אויפֿגעטראָטן אויף דער טעלעוויזיע מיט אַ פּראָגראַם, לויט וועלכער וולאַדימיר לענין, דער באַרימטער רעוואָלוציאָנער, איז געווען נישט אַ מענטש, נאָר אַ מעקסיקאַנער פּסיכאָדעלישער שוואָם.
פֿרײַטיק אויף דער נאַכט, בעת דער סעודה, האָב איך טאַקע דערמאָנט, אויף טשיקאַוועס, די דאָזיקע פּראָגראַם. מײַנער אַן אַלטער באַקאַנטער, אַ ייִד פֿון באָברויסק, ווײַסרוסלאַנד, וועלכער האָט במשך פֿון אַ סך יאָר געאַרבעט אין אַ מיקאָלאָגישן אינסטיטוט, וווּ מע האָט שטודירט שוואָמען, האָט מיט אַ גאַנץ ערנסטן טאָן באַשטעטיקט, אַז לענין איז געווען, אַוודאַי, אַ שוואָם.
שבת נאָכמיטאָג, ווען ס׳רובֿ מענטשן האָבן אָפּגעגעסן די סעודה בײַ דער שיל — אַרײַנגערעכנט דעם מענטש, וועלכן איך האָב פֿריִער געטראָפֿן על-פּי צופֿאַל אינעם אויטאָבוס — און זענען שוין אַוועקגעגאַנגען, האָבן אַ גרופּע מתפּללים אָנגעהויבן פּראַווען דעם געבוירן־טאָג פֿון אַ מענטש, וועלכער האַלט זיך — ערנסט צי נישט — פֿאַר אַ „נישט-אַנטדעקטן‟ משיח. ווי איינער פֿון די מתפּללים האָט דערקלערט, האָט יענער מענטש זיך אַמאָל טאַקע „אַנטדעקט‟: זיך אינגאַנצן אויסגעטאָן און אַרומגעלאָפֿן נאַקעטערהייט אין דער שיל. אַן אַנדער מענטש האָט באַטאָנט, אַז פֿאַר אים איז געווען וויכטיקער אַן אַנדער „אַנטדעקונג‟; ער פֿלעגט רייכערן אַ סך מאַריכואַנע און צוליב דעם געוואָרן פֿרום, ווײַל דאָס „גראָז‟ האָט אים געבראַכט צו טיפֿע געדאַנקען וועגן דעם רבונו-של-עולם און טיפֿע חסידישע תּורות.
אַזעלכע טשיקאַווע סוררעאַליסטישע דיבורים הערט מען פֿון צײַט צו צײַט צווישן הויך-געבילדעטע אינטעליגענטע שמועסן. די אַטמאָספֿער אין דער פּערטערבורגער פֿרומער קהילה איז זייער געלאַסן. יעדער קאָן רעדן וואָס מע וויל: וועגן נישט-ייִדישע חבֿרטעס, וועגן טיפֿע וויסנשאַפֿטלעכע חכמות, שוואָמען און יאַגדעס, סטאַלין און טראָצקי, חב״ד און סאַטמאַר.
הײַיאָר פּראַוועט די פּעטערבורגער היסטאָרישע שיל איר 120־יאָריקן יאָרטאָג. די קהילה האָט זיך דערלעבט ביז הונדערט און צוואָנציק, און לעבט ווײַטער אויף איר אייגנאַרטיקן שטייגער. די גרויסע כאָר-שול איז אויפֿגעבויט געוואָרן מיט דער הילף פֿונעם באַראָן האָראַצי (נפֿתּלי-הערץ) גינזבורג און שמואל פּאָליאַקאָוו — צוויי באַקאַנטע ייִדישע גבֿירים. די אַרכיטעקטן לייב באַכמאַן און איוואַן שאַפּאָשניקאָוו האָבן געשאַפֿן דעם בנין אינעם כּמו-מיזרחדיקן מאַווריטאַנער סטיל, וועלכער איז געווען דעמאָלט פּאָפּולער אין משׂכּיליש-געשטימטע פֿאַרמעגלעכע קהילות. צוויי וועלט-באַרימטע רוסישע אַרכיטעקטן, וולאַדימיר סטאַסאָוו און ניקאָלײַ בענואַ, האָבן זיך באַטייליקט אינעם פּראָיעקט.
די פּעטערבורגער כאָר-שול האָט זיך געעפֿנט אינעם יאָר 1893. אין דער אמתן, איז די געשיכטע פֿון דער היסטאָרישער שיל נאָך לענגער. אינעם יאָר 1886 האָבן באַכמאַן און שאַפּאָשניקאָוו געשאַפֿן אַ קלענערע שיל מיט אַ טראַדיציאָנעלן פֿרום-חסידישן טעם, איידער מע האָט לעבן איר אויפֿגעשטעלט דעם פּרעכטיקן און ריזיקן משׂכּילישן שיל-בנין.
איצט ווערט די קליינע חסידישע שיל רעמאָנטירט. דעם מחבר פֿון די שורות האָט זיך נישט אײַנגעגעבן אַרײַנצודרינגען אַהין. די אָרטיקע חסידים דאַוונען איצט אין אַ צווייטן מנין, בײַ דעם זעלבן שיל-קאָמפּלעקס — אינעם צימער, וווּ אינעם יאָר 1993 האָט זיך געעפֿנט אַ צווײַג פֿון דער אַמעריקאַנער ליובאַוויטשער ישיבֿה „תּומכי-תּמימים‟.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע שטעט אין רוסלאַנד, איז די פּעטערבורגער ייִדישע קהילה געווען תּמיד שטאַרק פֿאַרבונדן מיטן חב״ד-חסידות. אַדרבה, די עלטערע לײַט האָבן אָפֿט געטענהט, אַז די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער ליובאַוויטשער זעען נישט אויס ווי די עכטע אַלטע חב״דניקעס.
בעת דער שבתדיקע עפֿנטלעכער סעודה, האָבן אַ פּאָר פֿרויען געפֿרעגט מײַן ווײַב מיט אַ חשד אויף העברעיִש, צי זי קומט פֿון ישׂראל. די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע פֿרומע געסט פֿירט זיך צומאָל אָפֿט סנאָביש און איבערקלײַבעריש, דערפֿאַר קוקן אויף זיי די אָרטיקע ייִדן אָן ווי אויף פֿרעמדע. מײַן ווײַב האָט זיך דערמאָנט אירע קענטענישן פֿון רוסיש און האָט קאָרעקט געעפֿנטפֿערט, אַז „ניין, איך בין פֿון פֿראַנקרײַך‟. די אָרטיקע פֿרויען האָבן זיך דערפֿרייט: נו, ביסט דאָך אַן אייגענע, אַן אייראָפּעיִשע.
דער גרויסער רוסישער פּאָעט אָסיפּ מאַנדעלשטאַם האָט אין 1925 פּאָעטיש געשילדערט די פּעטערבורגער כאָר-שיל אין זײַן בוך „דער גערויש פֿון צײַט‟. לויט זײַן באַשרײַבונג, האָט ער זיך דאָרטן געפֿילט אומבאַקוועם, ווי אין אַ פֿרעמד סוררעאַליסטיש אָרט, פֿול מיט מאָדנע מענטשן. ס׳זעט אויס, אַז זינט דעמאָלט האָט דער מצבֿ זיך געביטן צום גוטן. דער סוררעאַליסטישער טעם איז נאָך געבליבן און, מעגלעך, געוואָרן נאָך שטאַרקער; די אַטמאָספֿער, וואָס הערשט הײַנט אין דער שיל, איז אָבער דווקא אַ באַקוועמע און פֿרײַנטלעכע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.