דער שטאַט אַלאַסקע האָט געעפֿנט זײַן ערשטן ייִדישן מוזיי, Esformes Jewish Campus of Alaska, אין זײַן גרעסטער שטאָט, אַנקאָרעדזש.
„דאָס איז אַ מוזיי וועגן דעם צושטײַער פֿון אַלאַסקע צו דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, ווי אויך די ראָלע וואָס די ייִדן האָבן געשפּילט אין אַלאַסקע,‟ האָט דערקלערט הרבֿ יוסף גרינבערג, וועלכער האָט מיט זײַן פֿרוי, אסתּי, און אַ גרופּע אַלאַסקער ייִדן אויסגעטראַכט דעם פּראָיעקט מיט כּמעט צען יאָר צוריק.
אין 2007 האָבן די גרינבערגס זיך געוואָנדן צו אַ פֿילאָנטראָפּישן פּאָרפֿאָלק אין שיקאַגע, הרבֿ מאָריס און דעליסיאַ עספֿאָרמעס, צו זאַמלען דאָס געלט. לויט אַ באַריכט אין Lubavitch.com, האָבן עטלעכע פּראָמינענטע מיטגלידער פֿון דער אַלאַסקער ייִדישער קהילה אויך געגעבן צושטײַער, און דערבײַ דערגרייכט כּמעט די גאַנצע סומע — 4 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו קויפֿן אַ בנין, ווי אויך ס׳רובֿ פֿון די 2.5 מיליאָן דאָלאַר עס צו רעמאָנטירן.
אַחוץ דעם מוזיי, וועט דער בנין אַרײַננעמען אַ פֿאָרשול־פּראָגראַם און חב״ד־צענטער.
די ערשטע אויסשטעלונג פֿונעם מוזיי, On the Wings of Eagles [אויף די פֿליגלען פֿון אָדלערס], דערציילט וועגן דער ראָלע, וואָס אַ גרופּע פּילאָטן פֿון דער אַלאַסקער לופֿטליניע האָט געשפּילט אין דער „אָפּעראַציע: פֿליִענדיקער טעפּעך‟, וואָס האָט געבראַכט 49,000 תּימנער ייִדן קיין ישׂראל צווישן יוני 1949 און סעפּטעמבער 1950.
צוויי פֿון די פּילאָטן, סעם סילווער, 95 יאָר, און עלגען לאָנג, 85 יאָר, זענען בײַגעווען אויפֿן חנוכּת־הבית פֿונעם מוזיי מיט עטלעכע וואָכן צוריק, און האָבן דערציילט וועגן זייערע 16־20 שעהיקע פֿליִען צו ראַטעווען די ייִדן פֿון תּימן. עס האָבן זיך אין דער פֿײַערונג אויך באַטייליקט דער אַלאַסקער סענאַטאָר מאַרק בעגיטש (דעמאָקראַט), דער אַלאַסקער רעפּרעזענטאַנט דאַן יאָנג (רעפּובליקאַנער) און דער בירגער־מײַסטער אַנקאָרעדזש, דאַן סאָליוואַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.