זאָל אים לײַכטן אַזױ דאָס מזל, װי ער לײַכט און שײַנט
פּאַראַפֿראַזירט פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים
„ער האָט אַן אײַזערן מזל‟, — האָט אַ זאָג געטאָן דער מלאך רפֿאל בשעת מײַן געבױרן װערן. „אַװדאי, האָט ער אַן אײַזערנעם מזל, — האָט מסכּים געװען דאָס קלײנע פֿײגעלע, — אַניט, צו װאָס פֿאַר אַ קרענק טױג מיר מיט אים חתונה האָבן?…‟ — „נאָר װאָס, — האָט זי איבערגעריסן דער פֿאַרשטױבטער מלאך דרכּיהו, — זײַן דאָברע־מזל װעט ער צעטרײסלען איבער די לעבנס־שליאַכן‟. „ס׳מאַכט ניט אױס… געלט איז בלאָטע. אַבי געזונט…‟ — האָט אַ שעפּטשע געטאָן פֿײגעלע און זיך װידער צוגעכאַפּט צו דער ציצקע. „אױך דאָס ניט… — האָט אַ שמײכל געטאָן די אַלטע אַם באַסיע, — אַ װײַס בערגל מיט אַ פּאָר שיטערע װאָנצעלעך איבער דער אײבערשטער ליפּ, — נאָר װאָס?… דאָס קינד לײַכט און שײַנט… איך זע שױן, אַז דאָס זכרל װעט אונדז באַזאָרגן מיט אַ גוט שטיקל פּרנסה, אױף לאַנג־לאַנגע יאָרן…‟ און אַלע מלאָכים האָבן צוגעשטימט, — „אָמן. סלה.‟
…דער הונגער האָט אָפּגעװישט פֿונעם עולם־הזה כּמעט אַ פֿערטל פֿון די שטעטל־תּושבֿים, באַזונדערס די קראַנקע עלטערע ייִדן, װעלכע האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. סוף װינטער איז געװאָרן אַ ביסל גרינגער, װײַל עס האָט אָנגעהױבן צו אַרבעטן די שטאָט־בעקערײַ. מע האָט נאָר געדאַרפֿט אָפּשטײן אַ האַלבע נאַכט אין אַ טרױעריקער פֿאַרפֿרױרענער רײ, און, אַז מע האָט געהאַט מזל, פֿלעגט מען באַװײַזן צו קריגן אַ לאַבן ברױט, אַזאַ גרױ־ברױנעם זױערלעכן „ציגל‟ פֿון קאָרנמעל, אױסגעמישט מיט קלײַען און פּאָלאָװע.
אָנהײב זומער איז דאָס לעבן אין שטעטל געװאָרן נאָך שענער. אין די אַלטע שטײנערנע קאַזאַרמעס פֿונעם געװעזענעם רומענישן קעניגלעכן קאַװאַלעריע־פּאָלק האָבן זיך אומגעקערט טױזנטער גליקלעכע יונגע סאָלדאַטן, װעלכע זײַנען אַרױס לעבעדיק פֿון די שלאַכטפֿעלדער, און איצט האָבן זײ געמוזט װאַרטן אױף דער פֿאַרשלעפּטער דעמאָביליזאַציע. צוזאַמען מיט די סאָלדאַטן האָט מען אָנגעהױבן צו שפּײַזן די ציװילע לײַט, און דער שרעקלעכער הונגער איז פּאַװאָליע שטיל געװאָרן.
צװישן די סאָלדאַטן זײַנען געװען אַ סך ייִדן, און אַזױ װי דאָס שטעטל איז געװען אַ רײן ייִדיש שטעטל, באַזעצט פֿון עלטערע־לײַט, אַ שטעטל אָן חתנים און מיט הונדערטער אױסגעבלײכטע כּלות, איז דאָך ניט קײן חידוש, וואָס גאָר אין גיכן האָט מען אָנגעהױבן שטעלן אַ חופּה נאָך אַ חופּה. און נאָך דער חופּה, װי עס פֿירט זיך בײַ די לײַט, הײבן אָן קומען קינדער.
…מיט די ערשטע נאָכמלחמהדיקע קינדער איז געקומען אַ נײַע שרעקלעכע מכּה, — די מגיפֿה האָט זיך אָנגעהױבן אומגעריכט, סוף זומער, פֿאַר די ימים־נוראָים. אַן אומזעעװדיקע טױטברענגיקע חלאַת האָט געשעדיקט אײן טראָגעװדיקע פֿרױ נאָך אַן אַנדערער, — די װײַבלעך האָבן געמפּלט פֿאַר דער צײַט, און אױב מע האָט יאָ געהאַט אַ לעבעדיק קינד, פֿלעגט עס, ניט דאָ און ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, ניט דערלעבן ביזן ברית, בײַ די ייִנגעלעך, אָדער ביז „אַ נאָמען געבן‟, בײַ די מײדעלעך. מע האָט אױסגעפּרוּװט אַלע מיטלען און סגולות — מען איז געגאַנגען אױפֿן פֿעלד צו מעסטן קבֿרים, מע האָט געצונדן שװאַרצע ליכט, מע האָט געפֿאַסט צװײ מאָל אַ װאָך, מע האָט געװאַשן די פּאָדלאָגעס און אושאַקעס מיט עסיק. אַלץ אומזיסט… די פּאָר שטעטל־דאָקטױרים האָבן ניט געװוּסט פֿון װאַנען האָט זיך גענומען די מגיפֿה און װאָס טוט מען דערמיט. אַ שרעק איז באַפֿאַלן דאָס שטעטל. אױפֿן פֿעלד האָט מען אָפּגעטײלט אַ שטיקל ערד פֿאַר די מפּילעך. ערגעץ װוּ דאָרטן, צװישן זײ ליגט אױך מײַן עלטערער ברודערל, אַ זיבעלע, אַ מפּילע אָן אַ נאָמען…
… און די מאַמע איז װידער טראָגעװדיק געװאָרן. „מע דאַרף עפּעס טאָן‟, — האָט אַ זאָג געטאָן די באָבע און איז אָפּגעפֿאָרן צום ריבניצער צדיק ר׳ חײם־זאַנװל, אױסצוּװײנען בײַ אים אַ ברכה.
איך בין דערװײַל געלעגן אין מאַמעס בױך און געציטערט פֿאַר שרעק. דער קאָפּ איז מיר נישט געליגן צום לערנען. אַנשטאָט צו לערנען די לעבנס־תּורה און צו שפּילן זיך מיט די מלאָכים, האָב איך געדאַרפֿט זיך דרײען די געהירן און פּרוּװן צו טרעפֿן, צי װעט מײַן באָבע פּועלן בײַם צדיק, אַז ער זאָל אױסבענטשן און אױסװײנען פֿאַר מיר בײַם אײבערשטן אַ שטיקל לעבן, — די עלטערן מיט די באָבעס מײַנע זאָלן נחת האָבן אין זײער קינד און אײניקל. ס׳איז דען אַ קלײניקײט?… „לערן תּורה! — פֿלעגט מיר דערלאַנגען מיטן קאַנטשיק משה־רבינו, — פֿױל זיך נישט! װאָס ליגסטו זיך גאַנצענע טעג װי אַ פֿױלער הונט, האַ? נײן, קײן מענטש װעט פֿון דיר ניט װערן! לערן שױן‟, — און װידער אַ זעץ מיטן קאַנטשיק. „אַהאַ, אָט באַלד פֿלי איך, — פֿלעג איך אַ בורטשע טאָן אונטער דער נאָז און זיך איבערגעדרײט אױף אַ צװײטער זײַט, — װאָס הײסט, לערן זיך? און אױב כ׳װעל געבױרן װערן אַ ניט קײן לעבעדיקער? װאָס?… סתּם פּטרן די צײַט? אַ קרענק!” “װאָס האָט איר זיך צוגעטשעפּעט צו אַ פּיצקעלע?… לאָזט אים צו רו, איר מאַכט אים קאַליע די נערװן… איך דאַרף נאָך מיט אים חתונה האָבן‟, — האָט זײ אױסגעמסרט פֿײגעלע. „באמת, רבותי, לאָזט די נשמהניו צו רו, עס װײסט נישט בין ימינו לשׂמאלו, — פֿלעגט זיך אַרײַנמישן דער מלאך רפֿאל, — איר זעט דאָך, — איך טו אַלץ, אַז די פֿאַרקאַקטע חלאַת זאָל אים ניט שעדיקן…”
בינו־לבינו, עס האָט זיך אומגעקערט פֿונעם ריבניצער צדיק מײַן באָבע, — אַ מידע, מיט אױסגעװײנטע אױגן, נאָר מיט אַ כיטרע שמײכל אױף די פּוכקע ליפּן.
„הײַדאַ, קינד מײַנס, — האָט זי אַ זאָג געטאָן צו דער מאַמען, גלײַך פֿון דער שװעל, — הײַ, גיכער, מיר פֿאָרן אָפּ קײן בױבעריק, צו דער מחותּניתטע…‟ — „אָן שׂרהלע פֿאָר איך ניט, — האָט איר דערװידערט מײַן מאַמע, — װאָס הײסט?… צוזאַמען איבערגעלעבט די מלחמה, און איצט?… איך זאָל זי דאָ איבערלאָזן, אױף הפֿקר, אין מיטן דער מגיפֿה? מיר דאַרפֿן דאָך האָבן אַ קינד כּמעט דעם זעלבן טאָג.‟ — „רעד װינציקער און פֿאַרפּאַק דעם טשימידאַן דײַנעם, — האָט אַ װאָרף געטאָן די באָבע, — און איך לױף דערװײַל צום פֿעטער חנא אַנטלײַען אַ פּאָר קערבלעך אין װעג אַרײַן. דײַן שׂרהלע װאַרט אױף אונדז בײַ דער באַן. איר טאַטע האָט געדונגען אַ גױ מיט אַ פֿערד־און־װאָגן ביז אָטעק־מאָהילעװ, און פֿון דאָרטן קײן בױבעריק איז אַ קאַצנשפּרונג.‟ און די באָבע איז אַרױסגעלאָפֿן פֿון דער שטוב.
דעם װעג קײן בױבעריק און צוריק געדענק איך ניט, נאָר איך װײס גענױ, אַז איך און שׂרהלעס טאָכטער טאָניע, מיר זײַנען געװען די אײנציקע קינדער אין שטעטל, װעלכע זײַנען געבױרן געװאָרן אין יענעם שרעקלעכן, תשי״א מגיפֿה־יאָר.
„נו, יאָ, — איז מיט מיר מסכּים די שױן פֿון לאַנג ניט קײן קלײנע פֿײגעלע, — אַװדאי, האָסט דאָך געהאַט אַן אײַזערנעם מזל צו האָבן אַזאַ בעטערקע װי איך…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.