אין די לעצטע פּאָר וואָכן הער איך בעת די טעלעפֿאָן- און סקײַפּ-שמועסן מיט מײַנע ניט-בריטישע פֿרײַנד די זעלבע פֿראַגע: „וואָס הערט זיך מיטן קינד?‟ בײַם אָנהייב פֿלעג איך אָנהייבן טראַכטן, וועמען פֿון די קינדער צי אייניקלעך מײַנע מיינען זיי. אָבער דערנאָך האָב איך שוין גלײַך רעאַגירט ריכטיק — די רייד איז דאָך געגאַנגען וועגן דעם קומענדיקן בריטישן מלך, צי דער קומענדיקער בריטישער מלכּה. כאַראַקטעריש, אַז דאָ, אין ענגלאַנד, האָט מען לעצטנס קיין גרויסן טאַראַראַם אַרום דעם דאָזיקן ענין ניט געמאַכט. גלײַך ווי די מעדיאַ האָט באַשלאָסן זיך אויפֿצופֿירן לײַטיש. פֿריילעכער איז געוואָרן נאָר מאָנטיק, דעם יולי 22, ווען מע האָט געלאָזט וויסן, אַז די טראָגעדיקע הערצאָגינע גייט צו קינד און געפֿינט זיך שוין אין שפּיטאָל. שרײַב איך עס טאַקע כּמעט גלײַך נאָך אָט דער בשׂורה און ווייס ניט, צי כ’וועל וויסן מער ביז דער צײַט, ווען איך וועל דאַרפֿן דעם טעקסט איבערשיקן אין דער רעדאַקציע.
(אַ פֿרוכפּערדיקער טאָג האָט זיך געמאַכט! נאָר וואָס האָט אָנגעקלונגען מײַן קרובֿ פֿון מאָסקווע און זיך געטיילט מיט מיר מיט דער נײַעס, אַז זײַן טאָכטער, וואָס וווינט אין טאָראָנטאָ, האָט נאָר וואָס געהאַט אַ קינד.)
ס’איז קלאָר, אַז קיין אַנדער קיניגלעכע משפּחה ציט צו זיך ניט צו אַזוי פֿיל אויפֿמערק, ווי די בריטישע ווינדזאָרס. צו דער איצטיקער מלכּה באַציט מען זיך גאַנץ גוט אין איר לאַנד אויך. אַ פֿרישער אויספֿרעג ווײַזט, אַז 83 פּראָצענט בריטישע תּושבֿים ווילן ניט זי זאָל „פּענסיאָנירן‟, אַזוי ווי עס האָבן געטאָן אירע קאָלעגן אין בעלגיע און האָלאַנד.
אין בעלגיע איז זונטיק אַרויף אויפֿן טראָן אַ נײַער קעניג, און די מעדיאַ האָט פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט. אָבער קיין גרויסע סענסאַציע האָט זיך פֿון דער קרוינונג ניט באַקומען. און קיין גרויסע געלטער וועט עס אין דעם בעלגישן בודזשעט אויך ניט אַרײַנברענגען. וואָס שייך ענגלאַנד, האָט מען דאָ שוין אונטערגעציילט, אַז דאָס קינד, וואָס וועט אָט-אָט געבוירן ווערן, וועט מאַכן דאָס לאַנד רײַכער — דורך סוּווענירן וכ’ — אויף אַ פֿערטל ביליאָן פֿונט.
דעם 4טן יולי האָב איך פֿון אַן אַמעריקאַנער קאָלעגע באַקומען אַ בליצבריוו, אין וועלכן ער האָט מיר, ווי אַ בריטישן בירגער, אַרויסגעזאָגט זײַן מיטלײד אין שײַכות מיטן פֿאַרלירן די צפֿון-אַמעריקאַנער קאָלאָניעס. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען אַ וויץ. אָבער לחלוטין אָן חכמות זײַנען מיליאָנען אַמעריקאַנער, פֿון די „פֿאַרלוירענע‟ געוועזענע קאָלאָניעס, פֿאַרכּישופֿט מיט אַלץ, וואָס עס שמעקט מיט „עכט בריטישקייט‟. אַ סבֿרא, אַז אַ גרויסן, און אפֿשר דעם גרעסטן, חלק פֿון די 250 מיליאָן פֿונט וועלן פּטרן דווקא די אַמעריקאַנער.
(די פּאָפּולערקייט פֿון „דאַונטאָן עבי‟ איז איינער פֿון די לעצטע באַווײַזן פֿון דעם דאָזיקן כּישוף. איך האָב אין יוני דורכגעקוקט אַלע פֿאַרגאַנגענע סעריעס, וועלכע זײַנען מיר אויך געפֿעלן געוואָרן. ס’איז געווען אַפֿילו אַ געדאַנק צופֿאָרן אין דעם אָרט, ניט ווײַט פֿון אָקספֿאָרד, וווּ מע האָט פֿילמירט די סאַגע, אָבער די בילעטן אַהין האָט מען שוין אויספֿאַרקויפֿט ביז סוף זומער.)
שאַט!… דאָ מוז איך איבעררײַסן מײַן שרײַבן, ווײַל ערשט־אָ האָט מען איבערגעגעבן, אַז די הערצאָגינע האָט בשלום געהאַט אַ ייִנגעלע. קומט אונדז שוין אַלע בירגער פֿון גרויס בריטאַניע אַ ברייטער מזל־טובֿ!
יאָ, ערשט געבוירן געוואָרן און באַלד געוואָרן אַ פּרינץ, וואָס וועט קענען פֿאַרנעמען דעם טראָן. אין די בריטישע געזעצן האָט מען שוין אַרײַנגעטראָגן אַזאַ תּיקון. די צרה איז אָבער, אַז דאָס זעלבע מוזן טאָן אויך די מדינות און מדינהלעך, וואָס אָנערקענען דאָס בריטישע מלכות, ווי אַן אייגנס. דערווײַל האָט מען עס געטאָן נאָר אין קאַנאַדע און נאָך אין עטלעכע לענדער. ס’רובֿ אַנדערע, בתוכם אויסטראַליע און נײַ-זילאַנד, אײַלן זיך ניט צו בײַטן זייערע געזעצן.
אָט אַזאַ מעשׂה קומט איצט פֿאָר אין אונדזער קיניגרײַך — די צײַט פֿליט אַזוי גיך, אַז ביז מע פֿאַרענדיקט אַן אַרטיקל פֿאַר אַ ייִדישער צײַטונג, ווערט שוין געבוירן אַ נײַער פּרינץ. איז לאָמיר נאָך לאַנגע יאָרן זען די שיינע זייף-אָפּערע אַרום דער ווינדזאָר-דינאַסטיע, וואָס איז רײַכער געוואָרן מיט איין פּערסאָנאַזש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.