מיר האַלטן אין מיטן דעם הייליקן חודש פֿון איסלאַם, ראַמאַדאַן, און ווי תּמיד, אין שײַכות דערמיט, זעט מען עטלעכע אינטערעסאַנטע עקאָנאָמישע דערשײַנונגען. ראַמאַדאַן האָט אַ גרויסע השפּעה אויף די עקאָנאָמיעס פֿון מיטל-מיזרח, און נישט נאָר ווײַל אַ סך מדינות דערלאָזן זייערע אַרבעטער צו אַרבעטן אין דער צײַט אַ האַלב פֿון דער צײַט. די געוואַלדיקע קוואַנטיטעטן פֿון ספּעציעלע מאכלים וואָס משפּחות קויפֿן לכּבֿוד „איפֿטאַר‟, די סעודה וואָס מען עסט אין אָוונט נאָכן טעגלעכן תּענית, איז גורם אַ שווערן דרוק אויפֿן שפּײַז־מאַרק.
אין דער זעלבער צײַט הייבן זיך אויף צײַטווײַליקע מערק, כּדי צו פֿאַרקויפֿן מתּנות פֿאַר קינדער און טראַדיציאָנעלע קליידער.
מען וואָלט אפֿשר געמיינט, אַז אַ חודש ווען מען טאָר נישט עסן בײַ טאָג, איז אַ צײַט פֿאַר מענטשן צו עסן ווייניקער. אָבער דער מצבֿ אין ראַמאַדאַן איז פּונקט אַ פֿאַרקערטער. אַז סע ווערט טונקל אין דרויסן, עסט מען צוויי טײטלען, לויט דעם מינהג פֿון דעם איסלאַמישן נבֿיא מוכאַמאַד; און נאָכדעם הייבט מען אָן צו פֿרעסן ברויט און רײַז און פֿלייש און זיסוואַרג ביז צום פּלאַצן. די זעלבע סצענע חזרט זיך איבער יעדע נאַכט פֿון ראַמאַדאַן ביז „איד אל-פֿיטר‟, דער חגא בײַם סוף פֿונעם חודש, ווען מען מאַכט סעודות אויך בײַ טאָג. די פֿרעסערײַ איז אַזוי פֿאַרשפּרייט, אַז אַלע אַראַבישע צײַטונגען ראָטן די לייענער, וואָס צו טאָן, כּדי נישט צו ווערן פֿעט במשך פֿונעם חודש. די רעגירונגען פֿירן אײַן פֿאַרשיידענע איניציאַטיוון, צו געבן דעם ציבור צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס איז שעדלעך צו עסן אַזוי פֿיל און אַזוי גיך.
קיינער וויל נישט פּראַווען אַ באַשיידענעם „איפֿטאַר‟. מען וויל הנאה האָבן פֿון דער סעודה און פֿון אַלע געסט. דער רעזולטאַט איז אַ געפֿערלעכער — אינפֿלאַציע אין די פּרײַזן פֿון שפּײַז, ספּעציעל פֿון פֿלייש. די מדינות אַרום דעם מיטל-מיזרח באַמיִען זיך אָפּצוהאַלטן די פּרײַזן, זיי זאָלן נישט שטײַגן ביזן הימל. אין די לענדער, וווּ די רעגירונג איז ווייניקער אָרגאַניזירט, שיקט מען רשימות „פּאַסיקע‟ פּרײַזן אויף עסנוואַרג; און וווּ די רעגירונג איז שטאַרקער, שיקט מען אָפֿיצירן פֿון די דעפּאַרטמענטס, זיי זאָלן קאָנטראָלירן דאָס רעכט פֿונעם קונה און צו פֿאַרזיכערן, אַז די פּרײַזן זאָלן נישט זײַן צו הויך.
נישט געקוקט דערויף וואָס די מוסולמענישע משפּחות טראָגן אַ שווערן יאָך פֿון די העכערע פּרײַזן, באַווײַזט זיך אַ שיינע טראַדיציע פֿון ראַמאַדאַן-מערק. פֿון מאַראָקאָ ביז דובײַ, אויף די גאַסן און אין די אַרקאַדעס קומען זיך צונויף צײַטווײַליקע פֿאַרקויפֿער מיט זייער סחורה. איין בודקע פֿאַרקויפֿט אַראַביש זיסוואַרג פֿאַר פֿרויען וואָס זײַנען צו פֿאַרנומען צו גרייטן זיי אַליין אין דער היים; און אַ צווייטע בודקע פֿאַרקויפֿט טראַדיציאָנעלע קליידער פֿאַר דערוואַקסענע און קינדער, אָנצוטאָן זיי נאָר אויף חגאָות. צווישן אַנדערס ווערט פֿאַרקויפֿט די טיפּישע סחורה פֿון אַ נאָרמאַלן מאַרק — שפּילעכלעך פֿאָר קינדער, צירונג, עלעקטראָנישע מאַכערײַקעס פֿון כּלערליי סאָרטן און נאָך און נאָך.
די אָרעמשאַפֿט פֿרייט זיך מיטן ראַמאַדאַן. ווי בײַ אונדז ייִדן, זײַנען די פֿעסטיוואַלן אַ דערמאָנונג צו געבן צדקה. עסן איז אַזוי וויכטיק אין דעם דאָזיקן חודש, אַז די ברייטהאַרציקע מוסולמענער געבן געלט אָדער עסן אַלע בעטלערס אויף די גאַסן. עס עקזיסטירט אַ גאַנצע אינדוסטריע פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע ראַמאַדאַן-בעטלערס, וואָס פֿאָרן פֿון אָרעמע מדינות אין רײַכערע מדינות, כּדי צו זאַמלען דאָרט געלט און דערנאָך אַהיימפֿאָרן. די אמתע קבצנים דערציילן אויך, אַז זיי באַקומען רײַז אומזיסט, און שפּעטער פֿאַרקויפֿן זיי עס ביליק צו די רעסטאָראַנען און אַזוי פֿאַרדינען זיי זייער שטיקל ברויט.
ווען ראַמאַדאַן ענדיקט זיך, גייען די עקאָנאָמיעס אַדורך נאָך אַן ענדערונג — דער טוריזם פֿאַרנעמט דעם אויבנאָן. אָנהייב חודש פּראַוועט מען דעם סוף תּענית פֿון איד אַל-פֿיטר. נישט נאָר מע עסט און מע קויפֿט מתּנות, נאָר מע באַקומט אויך וואַקאַציע־טעג. די חגא דויערט, צום ווייניקסטן, דרײַ טעג, אָבער אין די רײַכע לענדער פֿונעם גאָלף קען אַ וואַקאַציע דויערן אויך עטלעכע וואָכן. דער רעזולטאַט איז, אַז דער וואָס קען, פֿאַרברענגט אין אויסלאַנד מיט דער משפּחה. אין אַנדערע יאָרן איז לבֿנון געווען פּאָפּולער, אָבער הײַנט פֿאָרט מען מער קיין אייראָפּע, טערקײַ און אַרום דעם גאָלף. אַפֿילו ישׂראל לאָזט אַרײַן טויזנטער פּאַלעסטינער וואָס פֿאַרברענגען בײַם ים.
עס וואָלט געווען אַ טעות צו זאָגן, אַז ראַמאַדאַן איז אַ שלעפֿעריקער חודש וואָס שײַך אַראַבישע עקאָנאָמיעס. עס איז טאַקע אמת, אַז ס’רובֿ מענטשן אַרבעטן ווייניקער און זיי גיבן זיך כּמעט נישט אָפּ מיט געשעפֿטן, אָבער מער פּינטקלעכער וואָלט געווען צו זאָגן, אַז דער סאָרט געשעפֿטן און די שעהן בײַטן זיך אין דער צײַט. הכּלל — אין די סעקטאָרן וואָס זײַנען וויכטיק אין ראַמאַדאַן זעט מען מער עקאָנאָמישע אַקטיוויטעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.