מתּתיהו אין פּוילן

Matisyahu Goes to Poland

פֿון רות עלען גרובער (Forward)

Published July 24, 2013, issue of August 16, 2013.

מתּתיהו
Getty Images
מתּתיהו

דער יערלעכער קראָקער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור דינט שוין מער ווי צוויי צענדליק יאָר ווי אַ וויכטיקער מיטל, וואָס העלפֿט אויפֿצולעבן דאָס ייִדישע לעבן אין דער דאָזיקער פּוילישער שטאָט. בעת דער נײַן-טאָגיקער אונטערנעמונג, ווערן דורכגעפֿירט קאָנצערטן, ספּעקטאַקלען, אויסשטעלונגען און דיסקוסיעס. ווען אַ הויכער, דינער מאַן מיט קורצע האָר, אָנגעטאָן אין אַ פֿיאָלעטאָווע העמד, איז אַרײַן אינעם „ביר-גאָרטן‟, האָט דער ציבור אָנגעהויבן שעפּטשען: „מתּתיהו!‟

דער „ביר-גאָרטן‟ איז אַן אומפֿאָרמעלער סאַלאָן, וווּ דער ייִדישער און נישט-ייִדישער עולם — סײַ צוקוקער, סײַ מוזיקאַנטן און אַקטיאָרן — פֿאַרזאַמלען זיך אויף קאָנצערטן און שמועסן איינער מיטן צווייטן. דער גאָרטן געפֿינט זיך אין אַן אָפֿן אָרט צווישן דעם קראָקער ייִדישן קהילה-צענטער און דער גרויסער „טעמפּל-סינאַגאָגע‟.

ס׳איז געוואָרן שווערער צו דערקענען מתּתיהו, דער געוועזענער חסידישער זינגער, ווײַל ער האָט אָפּגעגאָלט זײַן באָרד און אויפֿגעהערט צו טראָגן די שוואַרצע מלבושים. הגם פֿריִער איז ער שוין אויפֿגעטראָטן אין קראָקע, האָט ער דאָס מאָל פּשוט באַזוכט די אונטערנעמונג, שמועסנדיק מיט צענדליקער אַנדערע ביר-טרינקער. ער איז שטילערהייט צוגעקומען צום טיש צוזאַמען מיט אַ גרופּע אַנדערע טוער, אַרײַנגערעכנט יונתן אָרנשטיין, דער דירעקטאָר פֿונעם שטאָטישן ייִדישן קהילה-צענטער, און יאַנוש מאַקוך — אַ פּוילישער נישט-ייִד, וועלכער האָט געהאָלפֿן צו גרינדן דעם פֿעסטיוואַל אינעם יאָר 1988 און דינט נאָך אַלץ ווי דער הויפּט-אָרגאַניזאַטאָר און דירעקטאָר פֿון דער פּראָגראַם.

אָרנשטיין האָט מיר דערציילט, אַז ער איז געזעסן מיט מתּתיהו און אַנדערע מענטשן אינעם גאָרטן, מסתּמא, ביז 5 אַזייגער אינדערפֿרי. איך באַשרײַב די אונטערנעמונגען אין קוזמיר, דער היסטאָרישער ייִדישער קוואַרטאַל פֿון קראָקע, זינט 1990; יעדעס יאָר באַזוך איך דעם פֿעסטיוואַל. פֿאַר מיר איז מתּתיהוס שטילער וויזיט געווען אַ סימן פֿון טיפֿע בײַטן, וואָס קומען איצט פֿאָר אינעם לאַנד. במשך פֿון אַ לאַנגן פּעריאָד, נאָכן חורבן, האָבן די ייִדן נישט געוואָלט באַזוכן פּוילן סתּם צו פֿאַרווײַלן. פֿאַר אַ סך ייִדישע טוריסטן איז דאָס דאָזיקע לאַנד געווען אַסאָציִיִרט בלויז מיט אַזעלכע ערטער, ווי אוישוויץ — וואָס געפֿינט זיך, אַגבֿ, נישט ווײַט פֿון קראָקע.

איצט פֿאָרן אויף פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען אין פּוילן הונדערטער — מעגלעך, טויזנטער — ייִדישע טוריסטן, הגם ס׳רובֿ באַזוכער פֿונעם פֿעסטיוואַל זענען נישט געווען קיין ייִדן. דער באַקאַנטער ייִדישער זינגער מיישקע אַלפּערט, האָט באַמערקט, אַז דער רעזאָנאַנס פֿונעם פֿעסטיוואַל איז געוואָרן גרעסער, ווי די אונטערנעמונג גופֿא. „און אפֿשר איז עס אַ וויכטיקע זאַך‟, האָט ער צוגעגעבן. דער פּוילישער עולם קוקט נישט מער אויף דער ייִדישער קולטור ווי אויף עפּעס אַן עקזאָטישן פֿענאָמען. דאָס ייִדישע לעבן אינעם לאַנד ווערט נאָרמאַליזירט.

איך האָב זיך באַטייליקט אין אַ דיסקוסיע בײַם קהילה-צענטער, מיטן נאָמען „ייִדיש. ייִדיש? ׳ייִדיש׳ ייִדיש!‟, וווּ מע האָט באַטראַכט דעם הײַנטצײַטיקן חידושדיקן אויפֿנעם פֿון ייִדישקייט אין פּוילן. די פּראָוואָקאַטיווע פֿעסטיוואַל-אויסשטעלונג, וואָס האָט געהייסן „סוּוועניר, טאַליסמאַן, שפּילעכל‟, אָנגעפֿירט דורך עריקאַ לערער, אַן אַנטראָפּאָלאָגין פֿונעם קאָנדאָרדאַ-אוניווערסיטעט, האָט אָבער אויפֿגעוויזן, אַז דער מצבֿ איז גאָר נישט אַזוי אײַ-אײַ-אײַ. אין די פּוילישע סוּוועניר-קרעמלעך ווערן אָפֿט פֿאַרקויפֿט הילצערנע פֿיגורן פֿון ייִדן, וואָס שפּיגלען אָפּ גיפֿטיקע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן.

בלויז מיט אַ פּאָר טעג פֿאַרן אָנהייב פֿונעם פֿעסטיוואַל, האָט די אונטערשטע פּאַלאַטע פֿונעם פּוילישן פּאַרלאַמענט אָפּגעשטימט נישט צו דערלאָזן קיין שחיטה לויט די ייִדישע און מוסולמענישע רעליגיעזע טראַדיציעס. ס׳איז נישט קיין צופֿאַל, וואָס די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער דערמאָנטער אויסשטעלונג האָבן געשאַפֿן אַ רעקלאַמע מיט אַ גראָטעסק-בילד פֿון אַ הילצערנעם ייִדישן קאָפּ מיט אַ סטערעאָטיפּישן אויסזען — פּאות, שטרײַמל, גלאָצנדיקע אויגן. די רעקלאַמע באַטאָנט, אַז נישט געקוקט אויף אַלע פּראָבלעמען, קאָן די ייִדישע קולטור אין קוזמיר זײַן שטאָלץ און אַרויסרופֿן אַן אינטערעס און, מעגלעך, רעספּעקט בײַ דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג.



Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again
loading