אויטאָ-סתּירה אין ישׂראל

New Hope for Israel's Electric Car?

יוסף אַבראַמאָוויטש טרעט אויף דעם 7טן יוני אין ישׂראל מיט אַ רעדע לטובֿת דעם עלעקטרישן טראַנספּאָרט
GoElectricIL
יוסף אַבראַמאָוויטש טרעט אויף דעם 7טן יוני אין ישׂראל מיט אַ רעדע לטובֿת דעם עלעקטרישן טראַנספּאָרט

פֿון בין סיילז (ייִט״אַ)

Published July 24, 2013, issue of August 16, 2013.

אין מײַ, האָט אין ישׂראל באַנקראָטירט די פֿירמע „דאָס בעסערע פּלאַץ‟ („Better Place‟), וועלכע האָט פֿאַרקויפֿט עלעקטרישע אויטאָס. במשך פֿון פֿינף יאָר, האָט זי געהאָפֿט דורכצופֿירן אַ גאַנצע רעוואָלוציע פֿונעם ישׂראלדיקן טראַנספּאָרט און געזאַמלט 850 מיליאָן דאָלאַר שטיצע. די קאָמפּאַניע האָט פּלאַנירט צו פֿאַרשפּרייטן זיך אין זיבן לענדער און צו בײַטן די גאַנצע וועלט. איצט זענען אירע פּלענער, צוזאַמען מיט דער ריזיקער סומע געלט, בטל געוואָרן. דאָס איז געווען, אַפּנים, די גרעסטע מפּלה פֿון אַן אָנהייבנדיקער פֿירמע אין דער געשיכטע פֿונעם לאַנד.

אין זעקס וואָכן פֿון דער פֿירמעס מפּלה, האָט די ישׂראלדיקע אינדוסטריע פֿון עלעקטרישע אויטאָס אָנגעהויבן ווידער צו שטײַגן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט יוסף אַבראַמאָוויטש — אַ געשעפֿטסמאַן, וועלכער פֿאַרנעמט זיך מיט פּראָיעקטן, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער זון-ענערגיע — בשותּפֿות מיט דער ישׂראלדיקער „אַסאָציאַציע פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿונעם עלעקטרישן טראַנספּאָרט‟, געקויפֿט די אינפֿראַסטרוקטור פֿון דער באַנקראָטירטער פֿירמע און איר אינטעלעקטועל פֿאַרמעגן אויף אַ סומע פֿון 11 מיליאָן דאָלאַר.

אַבראַמאָוויטש וועט ווערן דער נײַער פּרעזידענט פֿון „Better Place‟ און אפֿי שחק, דער פֿאָרזיצער פֿון דער אַסאָציאַציע, וועט אָנפֿירן מיטן דירעקטאָראַט פֿון דער פֿירמע. אין דער זעלבער צײַט, פּלאַנירט די פֿירמע „סבֿיבֿות פֿאַר עלעקטרישן טראַנספּאָרט‟, באַקאַנט מיט אירע ראָשי-תּיבֿות EVEN, צו אימפּאָרטירן עלעקטרישע אויטאָס און מאָטאָציקלען קיין ישׂראל.

„Better Place‟ האָט שוין אינסטאַלירט אַרום דעם לאַנד אַ סך סטאַנציעס, וווּ די באַנוצער פֿונעם עלעקטרישן טראַנספּאָרט קאָנען בײַטן די באַטאַרייען. EVEN קלײַבט זיך פֿאָרצולייגן זיבן פֿאַרשיידענע מינים אויטאָמאָבילן — פֿון די לוקסוס-אויטאָס, געשאַפֿן דורך דער אַמעריקאַנער פֿירמע „Tesla‟, ביז דער אינדישער קאָמפּאַקטער מאַשין „Mahinda Reva‟. מאַרק הראל, דער ישׂראלדיקער פֿאַרוואַלטער פֿון EVEN, האָט באַטאָנט, אַז אין אַזאַ קליין לאַנד, ווי ישׂראל, זענען נישטאָ קיין גרויסע שוועריקייטן מיטן עלעקטרישן טראַנספּאָרט, ווי אין אַמעריקע. די אויטאָס פֿאָרן נישט ווײַטער ווי אויף 125 מײַל; אויב עמעצער פֿאָרט אַ ביסל ווײַטער, פֿונעם צפֿון ביז אילת, קאָן ער בײַטן די באַטאַרייען אינמיטן דעם וועג.

אַבראַמאָוויטש האָפֿט צו פֿאַרוואַנדלען „Better Place‟ פֿון אַ ריזיקער פֿירמע, וואָס האָט פּלאַנירט צו פֿאַרקויפֿן אויטאָס, אין אַן עפֿעקטיווער אינפֿראַסטרוקטור פֿון סטאַנציעס, וווּ מע קאָן איבערלאָדן און בײַטן די עלעקטרישע באַטאַרייען פֿאַר אַ קורצער צײַט — נישט לענגער, ווי אויף אַ געוויינטלעכער בענזין-סטאַנציע.

פֿאַרן באַנקראָט, האָט די פֿירמע געהאַט 300 מיטאַרבעטער; איצט וועט מען אָנהייבן בלויז מיט 50. אַנשטאָט 30 באַטאַריי-סטאַנציעס, וועט מען דערווײַל אויפֿשטעלן 15. לויטן פּלאַן, וועט די קלענערע ווערסיע פֿון דער פֿירמע פֿאָדערן אַ בודזשעט פֿון 12 מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר.

אַבראַמאָוויטש האָט דערקלערט, אַז פֿריִער האָט „Better Place‟ געהאָפֿט „איבערצונעמען די גאַנצע וועלט‟. אַנשטאָט אַזאַ אַמביציעזן פּלאַן, וועלן די נײַע פֿאַרוואַלטער פּרוּוון צו פֿאַרנעמען, צוערשט, אַ קליין אָרט אויפֿן ישׂראלדיקן מאַרק, און צו פֿאַרשפּרייטן די טעטיקייט ביסלעכווײַז.

אַ סך מענטשן באַציִען זיך אָבער סקעפּטיש צום עלעקטרישן טראַנספּאָרט. ביז הײַנט, האָט דער דורכגעפֿאַלענער פֿירמע זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרקויפֿן בלויז איין טויזנט אויטאָס.